בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' לך לך פ״ז

דעפענס סעקרעטאר פיטער העגסעט האט היינט געמאכט א סורפרייז וויזיט אין מדינת ישראל, טרעפנדיג זיך מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו אין די עובדה לופט באזע אין צפון ארץ ישראל וואו אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס זענען באזירט.
העגסעט האט אויך באזוכט אמעריקאנער טרופן וואס זענען סטאנציאנירט דארטן, און עס קומט אכט טעג ביפאר די גרויסע וואלן אין מדינת ישראל און אין א צייט וואס אמעריקע באטראכט צו באנייען די באמבארדירונגען.
העגסעט'ס באזוך קומט נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט נתניהו פאר ווידערוויילונג און געזאגט אז נתניהו איז די איינציגסטע פאסיגע פירער צו העלפן אמעריקע מיט'ן קאמף קעגן איראן.