בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' לך לך פ״ז

פעדעראַלע אויטאָריטעטן האָבן אַרעסטירט א 24 יעריגער קענסאַס פּאַרשוין וועלכער ווערט באַשולדיגט אין סטראַשענען אומצוברענגען פּרעזידענט טראָמפּ.
די אַרעסט איז געקומען קורצליך בעפאָר טראָמפּ גייט דורכפירן א ראַלי אין וויטשיטא, קענסאַס היינט, און דער פּאַרשוין דזשעידען ריעד האָט געשריבן מערערע אָנליין מעסעדזשעס אַז טראָמפּ דאַרף ווערן געשאָסן.
ריעד האָט געשריבן אַז ער האָט וואָפנס מיט זיך און אַז ער האָט שוין אידענטיפיצירט עטליכע דעכער אַרום די פּלאַץ וואו די טראָמפּ ראַלי וועט פאָרקומען, אָבער ער איז באַצייטנס אַרעסטירט געוואָרן.