בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' לך לך פ״ז

רוסלאַנד האָט צוריקגעשיקט אירע שלוחים צו די בושאַר נוקלעאַרע פּלענט אין איראַן, טראָץ וואָס עס איז דאָ א שטאַרקע מעגליכקייט איבער נייע אַמעריקאַנער מיליטערישע שריט.
דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראָוו האָט געמאָלדן ביי א באַזוך אין טעהראַן, אַז רוסלאַנד וועט פאָרזעצן מיט די סטראַטעגישע שותפות און צוזאַמאַרבעט מיט איראַן, און אויסצוברייטערן נוקלעאַרע קאָאָפּעראַציע.
דער פּלאַן איז אַז רוסישע ספּעציאַליסטן וועלן זיך צוביסלעך צוריקקערן צום בושאַר פּלענט, וועלכע איז אויסגעשטאַנען מיליטערישע באָמבאַרדירונגען ביים קאָנפליקט פריער היי יאָר.