בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' לך לך פ״ז
קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן ווארנט אז נישט באשטעטיגן נייע רוסישע סאנקציעס קען האבן נעגאטיווע אויסווירקונגען
קאָנגרעס ספּיקער מייק דזשאַנסאָן האָט געוואָרנט די ווייסע הויז אַז נישט באַשטעטיגן די פרישע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, קען ברענגען זייטיגע נעגאַטיווע קאָנסעקווענצן.
טראָמפּ האָט לעצטנס געגעבן ערלויבעניש פאַר רוסישע דיזעל צו ווערן אימפּאָרטירט 'קיין אַמעריקע און ער האָט אָפּגעשטעלט נייע סאַנקציעס פון אַריינגיין אין אַפעקט, אָבער דער ספּיקער וואָרנט אַז ס'איז נישט א קלוגע שריט.
דזשאַנסאָן זאָגט אַז דער רוסישער פּרעזידענט פּוטין טוט איינמאָל און נאָכאַמאָל ווייזן פאַר די וועלט אַז מען קען אים נישט טראָסטן.