בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' לך לך פ״ז
די 'קאנסומער פראדוקט סעיפטי קאמישאן' איז ארויס געקומען מיט א ווארענונג פאר עלטערן נישט צו נוצן 'בּי-בּי-לאָוו גראָו' היי-טשעירס
ווארענונג פאר עלטערן נישט צו נוצן 'בּי-בּי-לאָוו גראָו' היי-טשעירס, צוליב ריסטרעינער סיסטעמס וועלכע זענען נישט צוזאמגעשטעלט פון פאראויס און שאפן אן ערענסטע געפאר פאר קינדער.
די 'סי-פי-עס-סי' האט זיך שוין געוואנדן צו די קאמפאני פאר א ריקאל וואס זאל פאררעכטן דעם פראבלעם, אבער די קאמפאני האט עס נישט אנגענומען.
די אגענטור זאגט אז וויבאלד עס איז נישט פארהאן א ריקאל סיסטעם עס צו פאררעכטן, דעריבער זאלן עס מענטשען אויפהערן נוצן און געשעפטן זאלן עס נישט פארקויפן.