בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' לך לך פ״ז
רוסלאנד מיט פאקיסטאן טוען לויט באריכטן ארבייטן אויף פרישע דיפלאמאטישע פרואוון אויפצולעבן די געשפרעכן צווישן אמעריקא מיט איראן
דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו איז ערווארטעט אנצוקומען היינט מאנטאג קיין טעהראן, נאכפאלגענדיג א באזיך וואס ער האט אפגעהאלטן אין די דערנעבענדיגע אמאן. לויט באריכטן איז די ציל פון די באזיך צו דיסקוסירן וועגן וויאזוי צו באנייען די געשפרעכן.
די באזיך קומט אין די זעלבע צייט וואס דער פאקיסטאנער ארמיי הויפט אסים מוניר קומט אויך אן קיין איראן פאר דיקוסיעס מיט ארטיגע באאמטע, נאכ'ן שפילן א הויפט ראלע די לעצטע שטיק צייט אין די פארמיטלונג ארבייט צווישן וואשינגטאן מיט טעהראן.