פארגעניגון

נגינה

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' נח פ״ז

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת קודש לסדר נח תשפ"ז. "יום שבתון" א ניגון פון ר' יאסל טאלנער הי"ד, וואס מ'זינגט אין ברסלב און ליובאוויטש. "דער בערעלאך ניגון" פון ליובאוויטש. - א אלטער פוילישער ריקוד פון גראדזיסק, לכאורה א מקור צו א באקאנטער ברעסלעבער ריקוד. - "קה ריבון" פון ר' עזריאל מאנדלבוים הי"ד. און נאך פארשידענס אינטערסאנטס בעולם הנגינה, הפיוט והזמרה לכבוד שבת קודש.

ה' בראשית פ״ז

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת בראשית תשפ"ז. - א פייערדיגער דערהויבענער חסידישער זיץ, כהמשך צו די דערהויבענע ימים טובים, און הכנה לשבת בראשית, וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דינסטאג אווענט, בשלהי יומא דהילולא קדישא פון בארדיטשובער רב זיע"א, בחצר הקודש קרעטשינוף רחובות, אנגעפירט דורך הרב בנימין נויפעלד, באגלייט מיט די בארומטע מוזיקאנטען, ר' חיליק פראנק מיטן קלארינעט, און זיין זון ר' דוד פראנק אויפן פידעל, מיט ר' נחמן כהן אויפן פיאנע, ווי עס געזונגען געווארן פון די געשמאקע ימים טובים ניגונים, פריילאכע און ווארעמע התעוררות ניגונים בהשתתפות די הונדערטער יונגעלייט בני חבורתא קדישתא בחצה"ק.

ו' פ״ז

פארגעניגון מיט עתיקין

לכבוד חג הסוכות תשפ"ז: "ותהא חשובה מצוות סוכה זו" א ניגון פון הרה"צ רבי אלתר כהנא מזידיטשויב ספינקא זצ:ל. - "זכאה חולקיהון דישראל" געזונגען דורך יאקאב'ס חבריא. - "וועלט'ס באקאנטער מארש" וואס איהר ווערט געוואויר אז דאס שטאמט פון פאריסוב. - רוז'ינער פריילאכ'ס ניגוני הקפות. - וועלט באקאנטע ניגוני ריקוד פון ר' יענקל תלמוד. א מארמאראשער ניגון געזונגען דורך דעם וויז'ינצער בעל מנגן הרה"ח ר' חיים וואלצער ע"ה, א וויז'ניצער ריקוד פון ר' חיים ע"ה. - און נאך אינטערסאנטע געשמאקע רעיונות און ידיעות בעולם הנגינה לכבוד יום טוב

ה' נצו"י פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

א ספעציעלער געשמאקער שמועס באגלייט מיט אינטערסאנטע ניגונים, ידיעות און געדאנקען לכבוד שבת סליחות הבעל"ט

ו' כי תבא פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת לסדר כי תבא תשפ"ן. - א אינהאלטרייכער שמועס מיט דעם גרויסען ידען און בעל מנגן הרה"ח ר' חיים יודא פרידמאן הי"ו. - איבער די עבודת הנגינה ביי דעם הייליגען סאאמאר רעבין זיע"א. - א מאדז'יצער ניגון וואס מען האט נאך געזינגען אין סאטאמר אינדערהיים. - זידיטשויבער ניגונים. - ניגונים פון הרה"צ ר' אלטער לייזער שליט"א. - מיט נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און דעם הייליגען היכל הנגינה לכבוד שבת ולכבוד די הייליגע טעג הבעל"ט

ה' כי תצא פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

״פארגעניגון מיט עתיקין״ ליל שישי לסדר כי תצא תשפ״ו. ״אב הרחמים״ פון הקדוש רבי חצקל׳ה ראטנבערג הי״ד, מיט גראמען אויף אידיש, ווי ער באוויינט אידישע צרות אין דעם ביטערן גלות, א פאר יאהר פאר׳ן קריג. געזונגען בטוטו״ד דורך ר׳ מרדכי וואלף לאנדא הי״ו. - ״נוסח קבלת שבת״ דורך דעם בעל תפילה ובעל מנגן ר׳ מאיר דוב קליין הי״ו. - און נאך פארשידענע ניגונים פון די חסידישע הויפן לכבוד חודש אלול

ה' שופטים פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

ניגונים לזכרו פון הגה"ח ר' עזריאל מאנדלבוים הי"ד, לרגל די יאהרצייט ר"ח אלול - א סקולענער ניגון ארויף געלייגעט אויף תמים תהיה עם ה' אלוקיך מיט די ווערטער פון רש"י הק'. - "לכה דודי" א הערליכע ניגון איבער דורך הגה"ח ר' אהרן מרדכי רוטנר זצ"ל, געזינגען דורך חבריא ניילנדר. - און נאך פארשידענס אין עולם החסידישע פארצייטישע נגינה. - געספאנסערט דורך ידידינו היקר הרה"ח ר' יואל וועבערמאן הי"ו - ראש הקאפעליע דחצה"ק סאטמאר

ה' ראה פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת לסדר ראה תשפ"ו. - "די שנעלע לכה דודי" פון נועם אליעזר פון סקולען זיע"א. - "אשת חיל" פון ר' בעריש ווישעווער הי"ד. - "קל אדון" תשי"ח - און נאך פארשידענע געשמאקע דערהויבענע ניגונים לכבוד שבת קודש. - הערטס און האט הנאה.

ה' עקב פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ליל שישי ערב שבת פרשת עקב תשפ"ו - "וואלס קל אדון" פון דער קשאנובער חזן ר' הירש לייב באקון, ארויס געגעבן דורך מערכת "עתיקין" מיט מקהלת "נועם". - "דעם רעבינ'ס קל אדון" פון הרה"ק הויחי יוסף מפאפא זיע"א, לכבוד די יו"ד. - "כי ניחם" מחצה"ק סקולען. - "לדוד מזמור" נוסח הכנה לימים נוראים דורך דעם וועלט בארימטן חזן ר' מאטי בויאר. - אין נאך פארשידענע פריילאכע ניגונים לכבוד שבת פרשת והיה עקב תשמעון.

ו' ואתחנן פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

פרשת ואתחנן

ה' דברים פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת דברים חזון תשפ"ו. - "תיקון חצות" ביי הגה"ח ר' מרדכי בעק זצ"ל, בהיכל ישיבת נייטרא. - "מקדש מלך" א הייליגע ניגון געזונגען בחצה"ק סלונים, מיוחס צו דעם הייליגען רוז'ינער זיע"א. "זכרו נא" א קינה לזכר השואה פון דעם באבובער רב זצ"ל - "ומפני חטאינו" פון דעם חזן ובעל תפלה הגה"ח ר' האשי פישער ז"ל. - "קה ריבון" געזונגען דורך א מלחמה איבעלעבער, הרה"ח ר' אהרן דוד ערליך ז"ל, וואס איז געוועהן א בעל תפלה אין טשענסטאָכאָווער לאגער.

ה' חק"ב פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ליל שישי לסדר חוקת-בלק תשפ"ו. - "ניגון התעוררות" להרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זיע"א. - "אויפן בארג" געזונגען דורך דעם חזן הרה"ח ר' בערל זאלצמאן ע"ה. - "א מארש" געזונגען דורך הרה"ח ר' הערש מיילעך דים שליט"א. - "א מאדז'יצער ריקוד" לכבוד שבת, געזונגען דורך אחים וויינבערגער. "משלי בלעם" געזונגען בטוב טעם ודעת דורך הרב ווייכברויט, מיט דעם נוסח פון דעם ירושליימער מחנך רבי יודל יעקובזון ע"ה.

ה' קרח פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת לסדר קרח/חקת תשפ"ו. "תנו שבח ושירה" א ניגון פון די מלאכים, מיוחס להרה"ק מסטראפקוב רבי חיים יוסף גאטליב זיע"א. - "לערוך בשולחן לחם חמודות", א לחן קודש מיוחד לאדמור"י שושלת ווארקא-אלכסנדר. "וואלץ לכבוד שבת" געזונגען דורך דעם בעל מנגן הרה"ח ר' חיים יהושע פשעמיש ז"ל. - "חסדי ה' עולם אשירה" פון הרה"צ ר' יצחק אלסטר ז"ל מגדולי תלמידי ישיבת רבי חיים ברלין. - "בריך שמי'ה, אנא עבדא" פון דעם חזן בנש"ק הרה"ח ר' משה לייב ערבליך ז"ל. - און נאך פארשידענס בעולם החסידישע פארצייטישע נגינה

ה' שלח פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת קודש לסדר שלח/קרח תשפ"ו. "ישמחו במלכותך" פון דעם חזן הגה"ח ר' משה הורביץ זצ"ל. - "די נבואה" א פאסיגער ניגון פאר ממקומך פון יאסעלע ראזענבלאט. - א געשמאקער וואלץ לכבוד שבת פון הרה"ח ר' חיים יהושע פשעמיש ז"ל. - "כל מקדש" א הייליגער ניגון פון הגה"ק דער גאלאנטער רב הי"ד זיע"א, געזונגען דורך די חבריא פון אחים ניילענדער. - טשאבער מצוה טאנץ ניגון, און נאך לכבוד שבת קודש...

ה' בהעלתך פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת פרשת בהעלותך/שלח. - ניגונים צוגעפאסט צו פרשת השבוע. - כל מקדש מיוחס לבעל קרן לדוד זיע"א, געזונגען דורך די "חבריא" פון אחים ניילענדער

ה' ויקרא פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת ויקרא תשפ"ו. - א שמועס איבער הגה"ח רבי איצ'ה דוד פוקס ז"ל, בעל מנגן ומחבר פון באקאנטע ניגונים, ביי דעם צמח צדיק פון וויז'ניץ זיע"א. - "בני היכלא" א ראדאמסקער ניגון, לכבוד די הילולא פון דעם תפארת שלמה זיע"א. - "בצאת ישראל" א ניגון מחצה"ק הארנסטייפל. - "ממקומך" א ניגון פון דעם אמרי חיים זיע"א לכבוד די הילולא. - א ברייטער אינטערסאטער שמועס מיט דעם בעל מנגן און ידען מחצה"ק גער, הרב אליעזר מאיר חמניצקי, איבער די גערער הקפה ניגון, ווי דאס ווערט אויך געזונגען בימי הפורים בישיבת רבי חיים ברלין במסורת פון הגה"צ רבי יצחק הוטנר זצ"ל, און איבער דעם יום טוב פסח ביי די צדיקים וחסידים לבית גער. און פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און ניגונים

ה' ויק"פ פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת ויקהל פקודי שבת החודש תשפ"ו. "שושנת יעקב" סטרעטין, געזונגען בחצה"ק ראחמסטריווקא. - א פאלשע קאפעליא מיט פאלעשע מוזיק. - "שושנת יעקב" גער תרפ"ט פון ר' ישראל סאבינער הי"ד. - א אמת'דיגע אידישע שמחה און שמחת פורים בהיכל ישיבת רבי חיים בערלין. - "גערער הקפה ניגון" מיט אן אנדערע גרסא. - "המבדיל-קל פודה מכל צר" געזונגען דורך הרה"ק המאור ישראל מסקולען זצ"ל, לכבוד די יומא דהילולא דעם שבת. - "זובח תודה יכבדנני" א ניגון פון דעם מאור ישראל מסקולען, באגלייט מיט א מויראדיגע ווארט פון רבי עקיבא אייגער זיע"א. - "אליהו הנביא" א הייליגע ניגון פון דעם רעבין רבי אלימלך מליזענסק זיע"א. - א וויז'ניצער ריקוד פון ר' איצ'ע דוד פוקס ז"ל. - און נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און ניגונים מהאוצר המנוצר פון די פארצייטישע הייליגע נגינה.

ה' תצוה פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

פרשת תצוה

ו' תרומה פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

פרשת תרומה

ה' משפטים פ״ו

פארגעניגון מיט עתיקין

"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת שקלים לסדר משפטים תשפ"ו. - "דער הייליגער אור פניך" ניגון מיוחס צו הרה"ק רבי אברהם קאליסקער / רבי מענדל וויטעבסקער / דער בת עין זכותם יעוכי"א. - "אור פניך" פון ר' פיניע חזן ע"ה. - מארש פון ר' קלמן זינגער ע"ה דער בעל מנגן ביי דעם צמח צדיק פון וויז'ניץ זיע"א. און נאך פארשידענס לכבוד שבת קודש