לעצטע אפדעיטס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
לעצטע אפדעיטס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וירא פ״ז
מאנטאג ביזנעס מאטיוואציע - דער בארימטע ביזנעס קאוטש הר"ר יואל ראטענבערג וועלכער העלפט ביזנעס אייגנטומער און ארבייטער צו שטיין אייניג מיט'ן ציל און העלפן די בינעס מצליח זיין בס"ד
דאס קומט אינאיינעם מיט א פאל אין פראפערטי פארברעכנס. די טראמפ אדמיניסטראציע לייגט דאס אן אין אירע שטרענגע ענפארסמענט אקציעס קעגן אומלעגאלע אימיגראציע, דראג שמוגלערייען, און גענגס. די סורוועי פאלגט נאך אלע סארט פארברעכנס וואס זענען נישט טויטליך, וואס ווערן באריכטעט דורך פאמיליעס און הייזער איבער גאנץ אמעריקע.
הרב משה כהן, פראנקרייך
די ברוקלין פרוי וואס ווערט באשולדיגט אין אטאקירן צוויי אידן אין מידטאון מאנהעטן פאריגע וואך, איז ערשינען אין געריכט היינט, וואו איר לויער טענה'ט אז זי איז גענצליך אומשולדיג.
פראסעקיוטערס באשולדיגן אז פרוי מאטשאלאווא האט געשטאכן און פארוואונדעט א 26 יעריגן איד מיט א סירינדזש אויף 47'סטע סטריט און דערנאך איבערגעפאלן נאך א אידישן מאן וועלכער איז געגאנגען מיט א קאפל.
באאמטע באשולדיגן אז עס איז געווען אנטיסעמיטישע מאטיוון אונטער די אטאקע, אבער די לויער פון די פרוי זאגט אז עס איז א טעות און אז די אויטאריטעטן האבן נישט ריכטיג אידענטיפיצירט פרוי מאטשאלאווא אלס די שולדיגע.
דעפענס סעקרעטאר פיטער העגסעט האט אנגעהויבן זוכן צו ווערן נאמינירט פאר טענעסי'ס סענאט זיץ, אינמיטן א וואקסנדע געפאר אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וועלן אים פרובירן צו אימפיטשן.
לויט באריכטן האט העגסעט זיך געוואנדן צום רעפובליקאנער סענאטאר פרוי בלעקבוירן, אז ער זאל איר ערזעצן אויב זי געווינט טענעסי'ס גאווערנאר אמט, וואס אין אזא פאל וועט מען דארפן שטעלן א נייעם סענאטאר אויף איר פלאץ.
העגסעט האט אמאל געוואוינט אין טענעסי פאר דריי יאר און האט אנדערע פארבינדונגען מיט די סטעיט, און ער האפט אז צו ווערן אריינגעשטעלט אלס א סענאטאר וועט אים באשיצן פון דארפן ווערן אימפיטשט.
א נייע אנאליז פון די "וואלעט האב" צייגט אז די דורכשניטליכע קרעדיט קארד לימיטס איז געפאלן אין 36 פון אמעריקע'ס פופציג סטעיטס אין לויף פון די לעצטע יאר צייט.
יוטא האט געליטן די גרעסטע רעדוקציע אין קאנסומער קרעדיט קארד לימיטס, און מינעסאטע איז אריינגעקומען נומער צוויי, ווען די קרעדיט קארד לימיטס דארטן פאר איינוואוינער איז געפאלן מיט אכט פראצענט.
אנאליסטן זאגן אז צו האבן נידריגערע קרעדיט לימיטס, באדייט אז מענטשן נוצן אויס מער פון זייער קרעדיט לימיט, און דאס ברענגט נידריגערע קרעדיט סקאורס און פארערגערט אינפלעישאן.
פרעזידענט טראמפ האט באנייט זיין אינדארסמענט פאר'ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, אפעלירנדיג צו ארטיגע בירגער צו ווידערוויילן נתניהו צו זיין אמט.
לויט באריכטן האט נתניהו געלייגט פערזענליכע דרוק אויף טראמפ אז ער זאל ארויסקומען שטערקער אים אינדארסירן, יעצט ווען מען שטייט געציילטע טעג בעפאר די מדינת ישראל וואלן.
טראמפ האט אין זיין פרישע סטעיטמענט אויסגעלויבט נתניהו פאר די קאאפעראציע איבער די איראנער מיליטערישע קאמפיינס און אנדערע אקטיוויטעטן וואו מדינת ישראל און אמעריקע ארבעטן אינאיינעם.