שפאציר אין סטודיאו

נגינה

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' נח פ״ז

שפאציר אין סטודיאו: ר' ארי גאלדקלאנג

הערט א באריכט איבער די לעצטע נייעסלעך, קרישקעלעך און אנעקדאטן אינערהאלב די עולם הנגינה

ג' נח פ״ז

שפאציר אין סטודיאו: ר' יוסי גליק

הערט א באריכט איבער די לעצטע נייעסלעך, קרישקעלעך און אנעקדאטן אינערהאלב די עולם הנגינה

ד' פנחס פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: הרב אהרן יוסף פריעדמאן

הערט איבער די ערשיינונג פון די נייע סינגל מה אשיב וואס איז געווארן ארויסגעגעבן אין ליכט פון א שמחה, און עס איז ערשינען לאור צוויי טעג נאכן קאמפאזיציע

ה' חק"ב פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' זרילי ווערצבערגער

הערט איבער די נייע מעדלי וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן

ג' שלח פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' יודא בנימין שטראלי

א געשיכטע איבער א ניגון שמחינו וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אלץ א ניגון פון הרב משה גאלדמאן ע"ה

ה' פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' משה דמן

איבער די נייע סינגל "עליונים ששו", א פארצייטישע הערליכע ליד לבית ראפשיץ

ד' במדבר פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' ישעי' לעבראן

רייכע מוזיקאלישע פארשטעלונג מיט זעלטן גרויסע קווייער פון מלכות אין אר"י ביי די בעלזא דינער

א' בהר פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' טובי' שטיינער

דער זינגער וועלכער האט באשלאסן צו מופן קיין פלארידע, וואס טראצדעם וואס עס וועט קאסטן פאר זיין נגינה, זעט ער אבער א פיוטשער אין די נייע געגענטער

א' פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: ר' לייבוש ליש און ר' סענדר שניטצער - טראסקע שפיל

דעם חול המועד קומט פאר א הערליכע שפיל "טראסקע" אהערגעשטעלט דורך די קופת חתנים פון ק"ק באבוב 45

ב' צו פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: שפיל אין אר"י דעם חול המועד פסח

אין אר"י וועט צום ערשטן מאל פארקומען א חול המועד שפיל דורך חרדישע אינגעלייט אין די אידישע שפראך

א' ויקרא פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: מוזיקאנט ר' מאיר אדלער - חתונות אין שאטן פון מלחמה

א שמועס מיט'ן בעל מנגן און מוזיקאנט ר' מאיר אדלער, איבער דעם קאמפליצירטן מצב פון פראווען אידישע שמחות אין שאטן פון די אנגייענדע מלחמה אין ארץ ישראל. ר' מאיר טיילט מיט זיין פערזענליכע בליק פון זיין פלאץ אויף די חתונה-סטעידזשעס, וויאזוי די שטימונג ביי די שמחות האבן זיך געטוישט, און איבער די שוועריגקייטן צו טרעוולען צו שמחות

ד' כי תשא פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: ר' יוצי לינדער – פראדוקציע אין יוצי'ס סטודיאו

א בליק איבער די שווערע ארבעט פון אהערשטעלן מוזיק וואס זאל קלינגען פערפעקט אין די היינטיגע שנעל-לויפנדע וועלט, זיין ספעציעלע טעכניק פון רעקארדירן און מיקסן, און זיין ברייטע וויזיע פאר די צוקונפט פון די אידישע נגינה מארקעט

ב' תצוה פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בדחן ר' יאנקי גערטנער

א פרישער נאמען וואס האט באוויזן איבערראשן די חתונה-זאלן און ברענגען א נייע אטמאספערע צום "מצוה טאנץ". הערט א שמועס מיט'ן בדחן ר' יאנקי גערטנער איבער זיין ספעציעלע מהלך, און וויאזוי ער באווייזט צו האלטן דעם עולם געשפאנט ביז די שפעטע שעות פון דער נאכט

א' תרומה פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: די ברודער ר' דוד ברוך און ר' זושא קנאבלאך – א פרישע עפאכע אין עולם הבדחנות

א געשמאקער משפחה-געדאנק ביי א שמחה אינדערהיים, איז פארוואנדלט געווארן אין א פרישע און סוקסעספולע איינפיר וואס באצויבערט דעם היימישן ציבור. הערט אן אינטערעסאנטן שמועס מיט די "קנאבלאך ברודער" איבער דעם סוד פון "דאפעלטע בדחנות", וויאזוי די ברודערליכע קשר העלפט צו בויען די גראמען, און דער ספעציעלער חן וואס דאס גיט צו פאר א מצוה-טאנץ אדער א שבע ברכות

ד' משפטים פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' יואלי דאווידאוויטש – "תורה ונגינה"

א שמועס איבער דעם אייגנארטיגן "כולל פאר בעלי מנגנים", וואו די שטערנס פון די מוזיק וועלט טוישן דעם מיקראפאן פאר א גמרא. הערט פון ר' יואלי איבער דעם געדאנק פון אויפשטעלן א ספעציעלן לערן-סדר צוגעפאסט פאר די ביזי סקעדזשועלס פון די זינגערס און מוזיקאנטן, דעם רוחניות'דיגן פאנצער וואס דאס גיט פאר א בעל מנגן, און וויאזוי דאס לערנען אין די פארשידענע צייטן פון טאג טוישט דעם גאנצן טעם פון זייערע נאכט-שמחות

ג' בא פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' משולם זושא גאלדשמידט

משולם זושא האט באוויזן צו כאפן די הערצער דורך זיין נייע סינגל קאלעקשאן "קומזישא". הערט א שמועס איבער זיין וועג אין עולם הנגינה, וויאזוי ער האט אויסגעקליבן די ספעציפישע ניגונים פאר זיין זאמלונג, און זיין בליק אויף דעם היינטיגן סטיל פון "קומזיץ" נגינה וואס ברענגט ארויס דעם אינערליכן קנייטש

ג' וארא פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' דובי מייזעלס

ר' דובי מייזעלס איז מהנה הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א אויף א פליגער אויפן וועג פון פלארידע קיין ניו יארק

ג' חיי שרה פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' יהודא גרין

א שמועס איבער זיינע פאפולערע ניגונים וואס לויפן אויפן קארליבאך שניט, און איבער די וועגן וויאזוי ר' יהודה האט באקומען זיינע שטארק פאפולערע ניגונים

מוצ״ש וירא פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: יאנקי שטיינמעץ - פערטער מבין אויף 'כשרונות'

א שמועס מיט'ן נייעם און פערטן מבין אויף 'כשרונות' היי יאר. וואס איז ערווארטעט צו הערן, וויאזוי שפירט ער זיך צווישן די אנדערע 'לייבן' פונעם פענאל און וואספארא טיפס קען ער געבן פאר אנדערע

ה' לך לך פ״ו

מוזיקאלישע נייעס: ר' זושא סורקיס

זושא סורקיס רעדט איבער דעם נייעם חידוש'ליכן געדאנק, פון 'מעות קדימה' פאר מוזיק-אלבוימס, צו פארשוינען דעם ארויסגעבער פון ריזיגע געלט-שאדנס און העלפן דעם ציבור האנדלען ערליך