נגינה אינטערוויוס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש נח פ״ז
א פרישע רייכע מוזיקאלישע פראגראם "לידעלעך מיט וועלוועלעך", וואו די צוויי באקאנטע מבינים אין עולם הנגינה, ר' וועלוול שמעלצער און ר' וועלוול פעלדמאן שפילן אויף פארן ציבור סיי אמאליגע נאסטאלגישע אוצרות און סיי היינטיגע ניגונים און שמועסן אויס די מקורות און אלעס ארום, אנגעהויבן פון הייליגע חסידישע דביקות ניגונים ביז לידער וואס זענען נתחבר געווארן אויף היסטארישע געשעענישן. הערט א זאפטיגן שמועס פול מיט אנעקדאטן, זעלטענע מקורות און קרישקעלעך
א' נח פ״ז
א שמועס מיט'ן באקאנטן בעל מנגן ר' יואל דאווידאוויטש, איבער זיין קאריערע אין די עולם הנגינה פון משמח זיין אידישע קינדער ביי שמחות. ר' יואל צעלייגט וויאזוי ער האט אנגעהויבן, די סודות וויאזוי ער הייבט אויף דעם עולם און די אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס ער האט שוין אלס מיטגעמאכט אויף די חתונה-סטעידזשעס אין לויף פון די יארן
ב' סוכות פ״ז
ה' האזינו פ״ז
א שמועס מיטן באקאנטן אקטיאר ר' לייבי ווידער, איבער די נייע שפיל "אונטערן פארדאכט" וואס ווערט פארגעשטעלט דורך די "אונטערן חבריא" דעם קומענדיגן חול המועד סוכות. ר' לייבי גיבט א בליק הינטער די קוליסן איבער די צוגרייטונגען, די פארשידענע כאראקטערס, און וויאזוי די שפילער גרייטן זיך צו פארכאפן די צוקוקער מיט א רייכן, דראמאטישע און אינטערעסאנטן שפיל
ג' פ״ו
אַ שמועס מיט'ן קאמפאזיטאר הרב משה יחזקי' ווייס לרגל די ערשיינונג פון זיין פרישן הערליכן אלבום "מלכות שבמלכות". הערט אן אינטערעסאנטן שמועס איבער די נשמה'דיגע ניגונים און ווארימע הארציגע תנועות וואס זענען אריינגעפלאכטן געווארן אינעם אלבום, די כוונות און מחשבות הינטער דעם פראיעקט, און וויאזוי די הערליכע מוזיק איז אהערגעשטעלט געווארן מיט אזא געשמאק און היימישן חן צו דערווארעמען די אידישע הערצער
ג' כי תצא פ״ו
א' כי תצא פ״ו
א שמועס מיט'ן באקאנטן בעל מנגן ר' דוד לרגל די ערשיינונג פון זיין נייעם און הערליכן אלבום "שכינה", וואס פארמאגט א רייכן אויסוואל פון ווארימע, הארציגע און ענערגישע ניגונים וואס דערווארעמען די אידישע הערצער. ר' דוד צעלייגט דעם גאנצן פראצעס פון די ניגונים, וויאזוי די מוזיק איז אהערגעשטעלט געווארן ביזן לעצטן דעטאל
א' שופטים פ״ו
ג' ראה פ״ו
מוצ״ש ואתחנן פ״ו
א נאסטאלגישער איבערבליק אויף דעם אלבום "מחשבות", וואס איז געווען דער ערשטער אינעם רייכן רעקארד פון דעם בארימטן קאמפאזער און בדחן ר' מאטי אילאוויטש. דער שמועס פירט די צוהערער צוריק צו די יארן ווען דער אלבום איז ארויסגעקומען און האט אויפגעשאקלט די נגינה וועלט מיט זיין אייגנארטיגן סטיל, טיפע תוכן'דיגע לידער, און די אמת'דיגע דיבורים צו די אידישע הערצער. הערט וויאזוי "מחשבות" האט אנגעהויבן א נייע תקופה אין די היימישע מוזיק גאס
ב' פנחס פ״ו
א שמועס מיט ר' מרדכי וועלכער האט זיך קונה געווען א נאמען מיט זיינע ווארעמע, הארציגע קומזיצן וואס ווארעמען אן אידישע קינדער . ר' מרדכי צעלייגט דעם סוד פון א קומזיץ, און זיין זעלטענעם כוח אריינצושלעפן יעדן איינעם אינעם געזאנג – פון די שטילע דביקות'דיגע תנועות ביז די לעבעדיגע ניגוני שמחה וואס רעדן גלייך צום נשמה. הערט אן אינטערעסאנטן אריינבליק וויאזוי א ניגון קען עפענען די הערצער, די הכנות הינטער א ווארעמען אוונט, און וויאזוי ער באווייזט איבערצולאזן א טיפן רושם אויף די צוהערער
א' חק"ב פ״ו
אַ שמועס מיט'ן קאמפאזיטאר הרב משה יחזקי' ווייס, דעם פראדוסער ר' מוישי יאקאב, און דער מנגן ר' ישעי' גראס, איבער די ערשיינונג פונעם פרישן און רייכן אלבום "הוד שבהוד". הערט איבער דאס אהערשטעלן די אויטענטישע סחורה, די טיפקייט הינטער די פילע הערליכע קאָמפּאָזיציעס פון הרב משה יחזקי', און וויאזוי מען האט אראפגעשטעלט אַן אלבום פול מיט חסידישן חן און נשמה
ב' שלח פ״ו
א שמועס מיט'ן מוזיקאנט וועלכער באשיינט די חתונה-סטעידזשעס מיט פרישע חידושים אינעם פעלד פון סאָונד און פראגראמינג. ר' בערי צעלייגט די ארבעט פון זיצן שעה'ן הינטער די קוליסן צו זוכן די מערסט פאַכמאנישע און קלארע סאונדס, און וויאזוי ער באווייזט איבערצובעטן די גאנצע מוזיקאלישע ערפארונג ביי א שמחה
ב' בהעלתך פ״ו
ג' פ״ו
א שמועס מיט'ן בעל מנגן ר' שלומי איבער די ערשיינונג פון זיין פרישן און הערליכן אלבום "עדי עד", וואס ברענגט נאך א קאפיטל פול מיט הארץ און נאסטאלגיע צו זיין רייכע מוזיקאלישע קאריערע. שלומי צעלייגט דעם סוד פונעם נייעם אלבום, די ארבעט אונטער די קוליסן אפצוזוכן די ריכטיגע תנועות און פרייליכע חסידישע ניגונים, און וויאזוי ער באווייזט איבערצולאזן זיין אייגנארטיגן ווארעמען חן אויף יעדן טרעק באזונדער
ב' במדבר פ״ו
א שמועס מיטן חסידישן מוזיקאנט ר' יודל אקער, וועלכער איז שוין יארן לאנג מחי' אידישע קינדער ביי שמחות מיט זיין געשמאקן און לעבעדיגן מוזיק. ר' יודל צעלייגט זיין מהלך וויאזוי אריינצוברענגען אן אמת'ע שמחה אין עולם ביי א חתונה אדער סיי וועלכער צוזאמקום, אלעס מיט אן אויטענטישן חסידישן טעם וואס פאסט פאר א היימישע שמחה
ג' אמר פ״ו
א' אמר פ״ו
א שמועס מיט'ן בארימטן קאמפאוזער און בדחן ר' מאטי אילאוויטש, איבער זיין נייעם פראיעקט "מגידות". הערט וויאזוי מאטי האט גענומען 5 אויטענטישע, דראמאטישע געשיכטעס מיט א טיפן מוסר השכל, און זיי אהערגעשטעלט אין אן אייגנארטיגן פארמאט וואו דער פאעטישער ניגון ווערט באגלייט דורך דעם בעל מספר אליין וואס האט אים פארציילט די מעשה. א בליק אויף דעם פראצעס פון פארוואנדלען א לעבנס-געשיכטע אין א קונסט-שטיק וואס רעדט גראד צום הארץ און עפנט די אויגן
ב' אח"ק פ״ו
א שמועס מיט'ן באקאנטן טראמבאן שפילער ר' יוסי פארקאש, וועלכער איז באקאנט מיט זיין הארציגן און לעבעדיגן שפילן ביי שמחות. ר' יוסי צעלייגט זיין מוזיקאלישע רייזע, די ספעציעלע ווארימקייט וואס א טראמבאן ברענגט אריין אין א טאנץ, און זיין שליחות אלס א לערנער פאר די וואס ווילן אביסל לערנען דעם קונסט פון מוזיק און זיך אריינלאזן אינעם טיפן עולם הנגינה
מוצ״ש פסח פ״ו
א ברידערליכער שמועס לכבוד יום-טוב ווי קיינמאל פריער מיט די צוויי לעגענדארע ברידער, ר' זושא און ר' ליפא שמעלצער, וועלכע זענען וועלט-בארימט מיט זייערע נגינה און פעולות, און יעדער פאר זיך האט שוין געלאזט פילע פינגער-אפדרוקן ביים היימישן ציבור. צום ערשטן מאל אין היסטאריע, אן אפנהארציגער און אויפריכטיגע שמועס מיט די צוויי טאלאנטן, וועלכע זענען נישט אלעמאל ביי דער זעלבער מיינונג, אבער דאס ברידערליכע ליבשאפט ווערט נאר שטארקער. ערשטע אין סעריע פון ברידער