אידישע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
אידישע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

ה' וישלח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: אין א פרישע אויספרעג אויף אידן אין פראנקרייך זאגן נאנט צו צוויי דריטל אידן אז זיי האבן א קלער צו פארלאזן דאס לאנד

א באקאנטע עקסטרעם רעכטע פירער אין פראנקרייך שטייט אויס א כוואליע קריטיק, נאכדעם וואס עס זענען אפיר געקומען אנטיסעמיטישע קאמענטארן וואס ער האט געלאזן פאלן אין די אינגע יארן • ענגלאנד'ס זעלבסשטענדיגע אנטיסעמיטיזעם ראטגעבער איז ערווארטעט אינטערצונעמען אן אויספארשונג אויף באשולדיגונגן ביי די 'בי-בי-סי' נייעס אגענטור • א יערליכע באריכט דורך די מדינת ישראל געזונטהייט מיניסטעריום איז צוריק געקומען מיט גאר גוטע ראטעס די צוויי הדסה שפיטלער

ד' וישלח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: התאחדות הרבנים האט פארעפענטליכט א מעלדונג צום ציבור זיך אכטונג צו געבן ביים איינקויפן פאַנקן אויף חנוכה, צו פינאנדערשיידן צווישן פארווע און מילכיגע פראדוקטן

אין אנדערע כשרות נייעס איז די שיקאגא וועד הכשרות ארויס געקומען מיט א רוף פאר מענטשען צו האלטן אן אויג אויף קאלארינג און באק דעקאראציעס זיכער צו מאכן אז זיי האבן א הכשר • אן אמערדזשענסי רעספאנדער פון די לעיקוואוד געגענט האט פארעפענטליכט א רוף פאר עלטערן אין בעפארברייטונג צו יו"ט חנוכה, אז מען זאל זיך צוריק האלטן פון קויפן סקוטערס און אי-בייקס פאר קינדער • דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר איז אריבער געקומען צו די רוסישע קאלינינגראד טעריטאריע צום עפענונג פון א נייע גרעסערע אידישע צענטער, וואס נעמט אריין א שולע און אנדערע אפטיילונגן

ג' וישלח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א דעלעגאציע פון אנטיק עקספערטן זענען אראפ אויף א באזיך קיין אזערבייזשאן, דורכצופירן אנאליזן אויף היסטארישע בתי חיים און אנדערע היסטארישע ערטער אין לאנד

הונדערטער מענטשען האבן מארשירט אויף די גאסן פון צענטרעל בריסל צו פארשרייען אנטיסעמיטיזעם און צו רופן פאר צוזאמנארבייט • אן ערענסטע אינצידענט איז פארגעקומען אין די שטאט חיפה, וואו א פיסגייער איז ערענסטע פארוואונדעט געווארן נאכ'ן אטאקירט ווערן דורך א ווילדע דבר אחר • א דייטשע פארטיי האט ארויס געווארפן פון אירע רייען א געזעצגעבער וועלכע ווערט באשולדיגט אויף אנטיסעמיטיזעם, רוקענדיג אין די זייט א הויפט שטרויכלונג צו ווערן אריין גענומען אין בערלין'ס די קומענדיגע קאאליציע רעגירונג

ב' וישלח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א פרישע פאל האט פאסירט אין ארץ ישראל, וואו א בחור איז פאראורטייילט געווארן צו מיליטערישע טורמע נאכ'ן ארעסטירט ווערן דורך די פאליציי

די ספרינג וואלי ווילידזש גייט אינטערנעמען א פראיעקט מיט'ן נאמען 'סעיף סטריטס ענד ראודס', געצילט צו פארבעסערן סעיפטי אויף די גאסן פאר פיסגייער און קארס • מארגן דינסטאג וועט די מאנמאוט מעדיקל סענטער סאדערן קעמפס אין לעיקוואוד אפהאלטן א בלוט דריוו, געבענדיג א געלעגענהייט פאר איינוואוינער צו באשטייערן בלוט • די נייעק שפיטאל אין די מאנסי געגענט, איז געווארן די ערשטע קאמיוניטי האספיטאל לענגאויס אמעריקא, צו באקומען א פרעסטיזשפולע אנערקענונג פון די 'אמעריקאן קאלידזש אוו ראדיאלידזשי' פאר איר באנוץ פון עי-איי טעכנאלאגיע אין מעדיקל אימעדזשינג

א' וישלח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: ווידעראמאל האט ליידער פאסירט א שווערע פאל מיט א חתן אין לעיקוואוד ועלכע איז אומגעפאלן פון א טיש מיט וואס מען האט אים אויפגעהויבן

פון ארץ ישראל קומט אריין די גוטע נייעס, אז דער חתן פון די שטאט ראשון לציון, וועלכע איז ארעסטירט געווארן דורך די ארטיגע מיליטער איז באפרייט געווארן, און וועט בעז"ה קענען גיין צו די חופה קומענדיגע וואך זינטאג • די עלטערן פון א ישיבה בחור וועלכע איז געהאלטן געווארן אין מיליטערישע ארעסט אין מדינת ישראל, דערציילן אז זייער בחור איז אריבער גאר ברוטאלע פיינענגונגן וויבאלד ער האט נישט געוואלט אויסטון זיין הוט און רעקל • ארגענטינא'ס היפט רב האט אפגעשיקט א פארמאלע ביטע צו פרעזידענט מיללעי און רעגירונג באאמטע אז זיי זאלן באשטימען א צווייטע דאטום פאר נאציאנאלא וואלן קומענדיגע יאר למס', וויבאלד די יעצטיגע דאטום פון אקטאבער 24 למס' קומט אויס שמחת תורה • א דערמאנונג איז געווארן ארויס געשטעלט פאר ביזנעס איייגענטומער אין וויליאמסבורג און די געגענט איבער א נאוועמבער 30 דעדליין אויסצוקלויבן א פריוואטע מיסט קאמפאני

אידישע נייעס: פרישע ציפערן פארעפענטליכט ווייזן אז די האוזינג מארקעט אין די שטעט בני ברק און בית שמש האבן נאכגעלאזט

די מאַראָקאַנער רעגירונג האָט אונטערגענומען א נייע קאַמפּיין צו פּרעזערווירן און צוריקשטעלן היסטאָרישע אידישע בתי חיים, שוהלן און אַנדערע רעליגיעזע היסטאָרישע אידישע פּלעצער • פראַנצויזישע אויטאָריטעטן האָבן אונטערגענומען אַן אויספאָרשונג נאָכדעם וואָס א אידישע סקול אַדמיניסטראַטאָר האָט באַקומען אַנטיסעמיטישע טויט סטראַשונקעס נעבן א פּובליק סקול אינדרויסן פון פּאַריז • געזעצגעבער אין האָלאַנד האָבן אָפּגעוואָרפן א פאָרשלאַג וואָס וואָלט פאַרשטאַרקערט באשיצונגען פאַר די אידישע געמיינדע איבער'ן לאַנד • שטייענדיג ארום צוויי יאר נאך א מאסיווע בראש פייער וואס האט פארברענט צוויי אקער לאנד ביי פראספעקט פארק, איז ניו יארק נאך ווייט פון פארטיגן די ארבייט צו פאררעכטן די שאדענס וואס די פייער האט געשאפן • די אושען קאונטי העלטה דיפארטמענט האט אפיציעל געעפענט א נייע 12,500 סקווער פיס פובליק העלטה קאמפלעקס אין די דזשעקסאן געגענט, מאכענדיג לייכטער דאס באקומען העלטה קעיר סערוויסעס דורכאויס די צפון און מערב חלק פון די קאונטי • דער בעלגישער פארליאמענט מיטגליד מיכאל פרייליך האט געגעבן אן אינטערוויו פאר די אלגעמיינע פרעסע, אין וואס ער האט אדרעסירט די צוקונפט פון אידן אין לאנד

מוצ״ש ויצא פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ו' ויצא פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ה' ויצא פ״ז

אידישע נייעס: די מדינת ישראל כנסת פארליאמענט האט געגעבן איר ערשטע צושטימונג פאר א ביל וואס גייט פארבאטן צו שטערן מענטשען פון לייגן תפילין אין פובליק ערטער, שולעס און אנדערע עדוקעישינאל אינסטיטוציעס

א דעלעגאציע פון פאליציי טשאפלעינס וועלכע סערווירן צענדליגער סטעיטס לענגאויס אמעריקא, האבן באזיכט די הויפטקווארטיר פון די זקא אגענטור אין ארץ ישראל • ניו יארק סיטי גרייט זיך פאר א גרעסערע 71.1 מיליאן דאלאר רי-קאנסטראקשאן פראיעקט, איבערצומאכן ניו יוטריקט עוועניו נעבן בארא פארק, פון 65'ט סטריט ביז 77'ט סטריט • שווער באוואפענטע סוואט אפיצירן מיט רייפעלס און אנדערע מאכטפולע געצייג זענען געזען געווארן זיך דרייען ביי א נייע אידישע דעוועלאפמענט אין די בלומינגראוו געגענט, אלץ טייל פון א טרענירונג וואס איז דארט געווארן דורכגעפירט

ד' ויצא פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א שאצונג פארעפענטליכט דורך 'פּיו ריסורטש' זאגט פאר, אז אויף יאר 2070 למס' וועלן זיין ארום 18 מיליאן אידן איבער די וועלט, ארויף פון די יעצטיגע 15 מיליאן אידן

א פרוי פון ארץ ישראל אויף וואקאציע אין סייפרוס איז אריבער פערזענליכע סטראשונגן דורך א שיף אנפירער, נאכ'ן שטעלן פראגן איבער די פרייזן פאר א וועג איף די שיף • א מערקוועדיגע אויספרעג אויף קינדער אין ארץ ישראל ווייזט, אז אן איבערוויגענדע מערהייט קינדער זענען פרייליך און צופרידן, טראץ די לעצטע פאר יאר מלחמה • א באריכט דעקט אויף, אז דענמארק'ס עלצטע פערזאן אויפ'ן רעקארד, האט אין די פארגאנגענהייט סערווירט אלץ פירער פון א לאקאלא נאצי פליגל

ג' ויצא פ״ז

אידישע נייעס: א געריכט פארהער איז פארגעקומען אין אנטווערפן איבער צוויי מוהלים וועלכע שטייען אויס קרימינאלע קלאגעס פאר'ן איינעם חטא פון דורכפירן בריתן

טאלל פרייזן אויף די גארדען סטעיט פארקוועי און די ניו דזשורסי טורנפייק איז ערווארטעט ארויף צו גיין צום זעקסטן מאל אין ווייניגער ווי 10 יאר, נאכדעם וואס די טורנפייק אויטאריטי האט באשטעטיגט א פרישע בודזשעט מיט נייע טאלל פרייזן • א הויעך ראנגיקע מאראקאנאר פיגור האט באזיכט די ציון פון די ליובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, אלץ טייל פון אן אנגייענדע דיאלאג צו ברענגן מער פארשטענדעניש • מער ווי 100 יאר נאכדעם וואס 6 אמעריקאנער סאלדאטן זענען אומגעקומען ביים ערשטן וועלט קריג, איז געזאגט געווארן א קדיש ביי זייערע קברים אין בעלגיע

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ב' ויצא פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: געזעצגעבער פון די דעמאקראטן פארטיי אין מדינת ישראל האבן געמאלדן, אז זיי ארבייטן אויף א געזעץ צו באגרעניצן די פאליציי, אין ליכט פון ווילדע אנפאלן וואס אפיצירן פירן דורך אקעגן חרדישע אידן ביי אנטי-גיוס פראטעסטן

ניו יארק סטעיט סענעטאר-ערוועלט דזשאו רענד האט אין אן אינטערוויו מיט א אידישע ריפארטער אדרעסירט זיינע פלענער פאר די קומענדיגע פאר יאר אלץ פארטרעטער פון די מאנסי געגענט. אין די אינטערוויו האט ער זיך ווארעמהארציג באדאנק פאר אלע איינוואוינער פון ראקלענד וועלכע האבן געשטימט פאר אים, און פאר די ווארימע אויפנאמע וואס ער האט באקומען ביים חרדישן ציבור • אמערדזשענסי אגענטורן האבן היינט רעאגירט צו נישט-אידישע שולע אין די מאנסי געגענט, צוליב א באמבע סטראשע וואס איז אריין געקומען • דער הויפט פון די 90'סטע פאליציי פריסינקט אין וויליאמסבורג האט באזיכט די נייע חברם הויפטקווארטיר אויף 98 לארימער סטריט