א' וישלח פ״ז
אידישע נייעס: ווידעראמאל האט ליידער פאסירט א שווערע פאל מיט א חתן אין לעיקוואוד ועלכע איז אומגעפאלן פון א טיש מיט וואס מען האט אים אויפגעהויבן
פון ארץ ישראל קומט אריין די גוטע נייעס, אז דער חתן פון די שטאט ראשון לציון, וועלכע איז ארעסטירט געווארן דורך די ארטיגע מיליטער איז באפרייט געווארן, און וועט בעז"ה קענען גיין צו די חופה קומענדיגע וואך זינטאג • די עלטערן פון א ישיבה בחור וועלכע איז געהאלטן געווארן אין מיליטערישע ארעסט אין מדינת ישראל, דערציילן אז זייער בחור איז אריבער גאר ברוטאלע פיינענגונגן וויבאלד ער האט נישט געוואלט אויסטון זיין הוט און רעקל • ארגענטינא'ס היפט רב האט אפגעשיקט א פארמאלע ביטע צו פרעזידענט מיללעי און רעגירונג באאמטע אז זיי זאלן באשטימען א צווייטע דאטום פאר נאציאנאלא וואלן קומענדיגע יאר למס', וויבאלד די יעצטיגע דאטום פון אקטאבער 24 למס' קומט אויס שמחת תורה • א דערמאנונג איז געווארן ארויס געשטעלט פאר ביזנעס איייגענטומער אין וויליאמסבורג און די געגענט איבער א נאוועמבער 30 דעדליין אויסצוקלויבן א פריוואטע מיסט קאמפאני
אידישע נייעס: פרישע ציפערן פארעפענטליכט ווייזן אז די האוזינג מארקעט אין די שטעט בני ברק און בית שמש האבן נאכגעלאזט
די מאַראָקאַנער רעגירונג האָט אונטערגענומען א נייע קאַמפּיין צו פּרעזערווירן און צוריקשטעלן היסטאָרישע אידישע בתי חיים, שוהלן און אַנדערע רעליגיעזע היסטאָרישע אידישע פּלעצער • פראַנצויזישע אויטאָריטעטן האָבן אונטערגענומען אַן אויספאָרשונג נאָכדעם וואָס א אידישע סקול אַדמיניסטראַטאָר האָט באַקומען אַנטיסעמיטישע טויט סטראַשונקעס נעבן א פּובליק סקול אינדרויסן פון פּאַריז • געזעצגעבער אין האָלאַנד האָבן אָפּגעוואָרפן א פאָרשלאַג וואָס וואָלט פאַרשטאַרקערט באשיצונגען פאַר די אידישע געמיינדע איבער'ן לאַנד • שטייענדיג ארום צוויי יאר נאך א מאסיווע בראש פייער וואס האט פארברענט צוויי אקער לאנד ביי פראספעקט פארק, איז ניו יארק נאך ווייט פון פארטיגן די ארבייט צו פאררעכטן די שאדענס וואס די פייער האט געשאפן • די אושען קאונטי העלטה דיפארטמענט האט אפיציעל געעפענט א נייע 12,500 סקווער פיס פובליק העלטה קאמפלעקס אין די דזשעקסאן געגענט, מאכענדיג לייכטער דאס באקומען העלטה קעיר סערוויסעס דורכאויס די צפון און מערב חלק פון די קאונטי • דער בעלגישער פארליאמענט מיטגליד מיכאל פרייליך האט געגעבן אן אינטערוויו פאר די אלגעמיינע פרעסע, אין וואס ער האט אדרעסירט די צוקונפט פון אידן אין לאנד
ה' ויצא פ״ז
אידישע נייעס: די מדינת ישראל כנסת פארליאמענט האט געגעבן איר ערשטע צושטימונג פאר א ביל וואס גייט פארבאטן צו שטערן מענטשען פון לייגן תפילין אין פובליק ערטער, שולעס און אנדערע עדוקעישינאל אינסטיטוציעס
א דעלעגאציע פון פאליציי טשאפלעינס וועלכע סערווירן צענדליגער סטעיטס לענגאויס אמעריקא, האבן באזיכט די הויפטקווארטיר פון די זקא אגענטור אין ארץ ישראל • ניו יארק סיטי גרייט זיך פאר א גרעסערע 71.1 מיליאן דאלאר רי-קאנסטראקשאן פראיעקט, איבערצומאכן ניו יוטריקט עוועניו נעבן בארא פארק, פון 65'ט סטריט ביז 77'ט סטריט • שווער באוואפענטע סוואט אפיצירן מיט רייפעלס און אנדערע מאכטפולע געצייג זענען געזען געווארן זיך דרייען ביי א נייע אידישע דעוועלאפמענט אין די בלומינגראוו געגענט, אלץ טייל פון א טרענירונג וואס איז דארט געווארן דורכגעפירט
ד' ויצא פ״ז
אידישע נייעס: א שאצונג פארעפענטליכט דורך 'פּיו ריסורטש' זאגט פאר, אז אויף יאר 2070 למס' וועלן זיין ארום 18 מיליאן אידן איבער די וועלט, ארויף פון די יעצטיגע 15 מיליאן אידן
א פרוי פון ארץ ישראל אויף וואקאציע אין סייפרוס איז אריבער פערזענליכע סטראשונגן דורך א שיף אנפירער, נאכ'ן שטעלן פראגן איבער די פרייזן פאר א וועג איף די שיף • א מערקוועדיגע אויספרעג אויף קינדער אין ארץ ישראל ווייזט, אז אן איבערוויגענדע מערהייט קינדער זענען פרייליך און צופרידן, טראץ די לעצטע פאר יאר מלחמה • א באריכט דעקט אויף, אז דענמארק'ס עלצטע פערזאן אויפ'ן רעקארד, האט אין די פארגאנגענהייט סערווירט אלץ פירער פון א לאקאלא נאצי פליגל
ג' ויצא פ״ז
אידישע נייעס: א געריכט פארהער איז פארגעקומען אין אנטווערפן איבער צוויי מוהלים וועלכע שטייען אויס קרימינאלע קלאגעס פאר'ן איינעם חטא פון דורכפירן בריתן
טאלל פרייזן אויף די גארדען סטעיט פארקוועי און די ניו דזשורסי טורנפייק איז ערווארטעט ארויף צו גיין צום זעקסטן מאל אין ווייניגער ווי 10 יאר, נאכדעם וואס די טורנפייק אויטאריטי האט באשטעטיגט א פרישע בודזשעט מיט נייע טאלל פרייזן • א הויעך ראנגיקע מאראקאנאר פיגור האט באזיכט די ציון פון די ליובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, אלץ טייל פון אן אנגייענדע דיאלאג צו ברענגן מער פארשטענדעניש • מער ווי 100 יאר נאכדעם וואס 6 אמעריקאנער סאלדאטן זענען אומגעקומען ביים ערשטן וועלט קריג, איז געזאגט געווארן א קדיש ביי זייערע קברים אין בעלגיע
ב' ויצא פ״ז
אידישע נייעס: געזעצגעבער פון די דעמאקראטן פארטיי אין מדינת ישראל האבן געמאלדן, אז זיי ארבייטן אויף א געזעץ צו באגרעניצן די פאליציי, אין ליכט פון ווילדע אנפאלן וואס אפיצירן פירן דורך אקעגן חרדישע אידן ביי אנטי-גיוס פראטעסטן
ניו יארק סטעיט סענעטאר-ערוועלט דזשאו רענד האט אין אן אינטערוויו מיט א אידישע ריפארטער אדרעסירט זיינע פלענער פאר די קומענדיגע פאר יאר אלץ פארטרעטער פון די מאנסי געגענט. אין די אינטערוויו האט ער זיך ווארעמהארציג באדאנק פאר אלע איינוואוינער פון ראקלענד וועלכע האבן געשטימט פאר אים, און פאר די ווארימע אויפנאמע וואס ער האט באקומען ביים חרדישן ציבור • אמערדזשענסי אגענטורן האבן היינט רעאגירט צו נישט-אידישע שולע אין די מאנסי געגענט, צוליב א באמבע סטראשע וואס איז אריין געקומען • דער הויפט פון די 90'סטע פאליציי פריסינקט אין וויליאמסבורג האט באזיכט די נייע חברם הויפטקווארטיר אויף 98 לארימער סטריט
ו' תולדות פ״ז
אידישע נייעס: ווידעראמאל זענען א גרופע לויבאוויטשער בחורים ארעסטירט געווארן דורך די מדינת ישראל פאליציי פאר'ן זיך נישט וועלן אנשליסן אין די מיליטער
די מדינת ישראל פאליציי האט לויט באריכטן צוריק געעפענט א קרימינאלע אויספארשונג אויף די מירון טראגעדיע מער ווי 5 יאר צוריק, וואס האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון 45 מענטשען • עסקנים זענען געווען פארנומען היינט איבערן טאג מיט א גרופע פון ארום 40 מיידלעך מיט פארשידענע סארט דיסעביליטיס וועלכע זענען שטעקן געבליבן אין איטאליע • די מדינת ישראל פאליציי האט ארעסטירט עטליכע מענטשען אין פארבינדונג צו א פרואוו אריין צו שמאגלן צוגארעטלעך אין די ווערד פון ארום 200 מיליאן שקלים • דער ציבור ווערט גערופן מתפלל צו זיין פאר א פרוי פון ארץ ישראל וועלכע געפונט זיך אין א שווערן צושטאנד נישט לאנג נאכ'ן געבוירן א קינד
ד' תולדות פ״ז
אידישע נייעס: פון קראנהייטס איז היינט אריין געקומען די פריידיגע נייעס, אז א בחור פון ארץ ישראל וועלכע איז זייער ערענסט פארוואונדעט געווארן פארלאפענע שמחת תורה, איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל
די יעצטיגע טעג איז באקאנט געווארן א פאל וואס האט זיך אפגעשפילט ארום 2 צוויי יאר צוריק, ווען מדינת ישראל מיליטערישע פאליציי פאיצירן זענען אנגעקומען צום הויז פון הבחור אברהם משה קליינערמאן אים צו נעמען אין מיליטער, טראץ דעם וואס ער האט שוין דעמאלטס געפעלט ארום 2 יאר • די שטאט מאנסי גרייט זיך אויף אן ערענסטע טויש ביי די אייגענארטיגע שיינערס ביהמ"ד, וואו מען גרייט זיך אריין צו ציען אין א נייע געבייע נאך לאנגע יארן פון בוי ארבייט • א גרעסערע געלט קאמפיין איז געווארן אינטערגענומען אין לעיקוואוד, ארויס צו העלפן משפחות וועלכע זענען באטראפן געווארן פון א פייער אויף פארק עוועניו נעכטן פרי פארטאגס • פילע אידן האבן אנטייל גענומען אין א הכנסת ספר תורה אין מאנהעטן, פאר א ספר תורה פון עטליכע הונדערט אלט וואס האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט קריג
ג' תולדות פ״ז
אידישע נייעס: די פאליציי אין ארץ ישראל האט דורכגעפירט עטליכע פרישע ארעסטן אויף בחורים פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער
דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ ווארענט, אז זיין לאנד גייט יעצט דורך אן ערענסטע פראבע צו זען ווי ווייט די לאנד גייט צו באשיצן איר אידישע געמיינדע • יו-ען דיפלאמאטן פון 26 לענדער האבן אנטייל גענומען אין א געמיינזאמע באזיך ביים אושוויץ בירקענאו מוזעאום און אנדער ערטער אין פוילן פארבינדן צו די האלאקאוסט • א 12-יעריג מיידל איז פארוואונדעט געווארן פון א פייער ביי א געביידע אין בני ברק