אידישע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
אידישע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

ג' תולדות פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ב' תולדות פ״ז

אידישע נייעס: אמעריקא'ס אמבאסאדאר צו בעלגיע האט געמאלדן אז ער גייט לייגן דרוק אויף די בעלגישע רעגירונג אוועק צו שטעלן סאלדאטן אינדרויסן פון א שול אין בריסל, נאכדעם וואס איינער האט דארט אריין געווארפן א גרויסע שטיין

ניו יארק סטעיט באאמטע האבן אידענטיפיצירט א מאביל גאזאלין סטאנציע אלץ קוואל פון א שטארקע גאזאלין גערוך די לעצטע שטיק צייט אין חלקים פון דרום ברוקלין. • לעיקואווד חברם האט אריין גענומען א צאל נייע מעמבערס, אין צייט וואס די געגענט וואס חברים דעקט ווערט אלץ גרעסער און ברייטער, א דאנק די נאטירליכע וואוקס און די צוגאב צו די פילצאליגע משפחות וועלכע ציען זיך ארויס • היסטאריקער און אנדערע וועלכע זיכן א ברייטערן אריינבליק אינ'ם אמאליגן אידישן לעבענסשטייגער, און שטריכן צו משפחות און זייערע נעמען, וועלן געניסן פון אן אוצר פון כתובות פון הונדערטער יארן וואס איז געווארן ארויס געשטעלט אין א נייע עלעקטאראנישע דאטא בעיס •

א' תולדות פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: מער ווי טויזנט אידישע אינסטיטוציעס איבער די וועלט האבן זיך פאראייניגט אויף א פראגראם פו לאזן אנגעצינדן היינט נאכט זייער לעקטער, כדי אפצוצייכענען דערמיט די 88'סטע יארטאג פון קריסטאלנאכט

א נייע געמיינזאמע אינטערנאציאנאלא אמערדזשענסי פאראיין איז געווארן אוועק געשטעלט דורך זקא צוזאמען מיט חבד, געווידמעט סיי פאר רעטונג אפאראציעס און סיי פאר חסד של אמת אפאראציעס פאר אידן איבער די וועלט • פילע אידן פון מאנסי און די אומגעגענט זענען ארויס געקומען אנטייל נעמען ביי די לויה פון ר' בנימין בן ר' שלמה ע"ה, באקאנט די לעצטערע יארן אין פילע געגענטער אלץ 'בנימין דער שלעפער' • א פרישע דערמאנונג איז געווארן ארויס געשטעלט פאר עלטערן צו האלטן אן אויג אויף די קרעדיט ריפארט פון קינדער אפילו אויב זיי האבן נאך נישט קיין קרעדיט קארד •

מוצ״ש חיי שרה פ״ז

אידישע נייעס: דריי פּאַרשוינען זענען אַרעסטירט געוואָרן נאָכדעם וואָס א אידישע פרוי איז באַרויבט געוואָרן אין קראָונהייטס

אומאידענטיפיצירטע פּאַרשוינען האָבן געוואָרפן א ציגל אַריין דורך א פענסטער פון אַן אָרטאָדאָקסישע שוהל אין בריסל, בעלגיע, אויסהאַקנדיג די גלאָז • פּראָ פּאַלעסטינער פּראָטעסטירער האָבן פאָרגעזעצט זייערע וועכנטליכע פּראָטעסטן אינדרויסן פון די בית ישראל טעמפּל אין ען ארבאר, מישיגען, טראָץ וואָס די סיטי קאַונסיל האָט באַשטעטיגט א געזעץ צו באַשיצן רעליגיעזע אינסטיטוציעס • א אידישע נאַנפּראַפיט אָרגאַניזאַציע האָט אונטערגענומען א בילבאורד קאַמפּיין לענגאויס פילאַדעלפיע, צו פּראָטעסטירן קעגן א געפּלאַנטע באָיקאָט אויף אידישע רעסטוראַנטן • אידישע געמיינדע פירער אין מישיגען האָבן אויסגעדרוקט געמישטע געפילן צו די געווינס פונעם דעמאָקראַטישן סענאַטאר-עלעקט אַבדול על סאַאיד

ה' חיי שרה פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: קרית יואל איז אפיציעל דעזיגנירט געווארן אלץ א פעדעראלע 'אפארטוניטי זאון', וואס גייט עפענען דעם טיר פאר שטייער בענעפיטין פאר קוואליפיצירטע אינוועסטירער

סטעיט סענעטער-ערוועלט דזשאו רענד איז ערשינען ביי א דינער פון חסד-24, ווייניגער ווי 24 שעה נאכ'ן געוואונען דעם סטעיט סענאט פארמעסט אין די מאנסי געגענט • די ניו דזשורסי מאטאר וויעקעל אפיס האט געמאלדן מיט צופרידענהייט אז די ווארט-צייט צו באקומען אן אפוינטמענט פאר א 'ריעל איי-די' איז געפאלן צו בלויז דריי טע • די שטאט לעיקואווד גרייט זיך אויף א גרעסערע איבערפלאסטערונג פראיעקט וואס וועט אריין נעמען 2.27 מייל, און קען פירן צו גאס פארשליסונגן אד"ג

ד' חיי שרה פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א צאל מוסדות התורה אין וויליאמסבורג האבן זיך אנגעשלאסן אין נייע שטרענגע פארארדענונגן פאר קינדער נישט אויפצושטייגן אויף באסעס בעפאר דער דרייווער ווייזט קלאר אז מען קען אויפשטייגן

היינט איז באקאנט געווארן שרעקליכע דעטאלן פון א פאל מיט א בחור פון ירושלים וועלכע האט זיך איבערגעגעבן פאר די מדינת ישראל מיליטער כדי צו קענען זיין נעבן זיין מאמע אין אירע לעצטע טעג, אבער אנשטאט דעם האט מען אים איינגעזעצט אין טורמע פאר לאנגע חדשים • זיך גרייטענדיג צו די ווינטער חדשים מיט אירע שנייען און שטורעמעס, גייט די סאניטאציע קאמיטע פון די ניו יארק סיטי קאנסול אפהאלטן א פארהער דורכצוגיין די סיטי'ס צוגרייטונגן צום ווינטער • א באקאנטע אויספלוג ביי די פאליסעידס סענטער מאלל אין ניו יארק, וואס פילע אידן האבן באזיכט דורכאויס די יארן גייט זיך פארשליסן אויף צייטווייליג • די שוועדישע פארליאמענט האט באשטעטיגט א קאנסטיטוציאנאלא אמענדמענט וואס גייט ערלויבן אנצוקלאגן מענטשען אינטער די פרעסע פרייהייט געזעץ פאר'ן לייקענען די האלאקאוסט

ג' חיי שרה פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ב' חיי שרה פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: ניו יארק סיטי געגענטער באזעצט מיט חרדישע אידן קומען אריין הויעך אויף די סיטי'ס לעבענס ערווארטונג פארשאצונג

איינוואוינער אין וויליאמסבורג האבן היי יאר נאכאמאל גענאסן פון א פריע עפענונג אויף בעדפארד עוועניו, נאכ'ן ענדע פון די מאראטאן געלויף וואס טוט צוטיילן די שטאט אין צווייען • די פאליציי אין די דזשעקסאן געגענט נעבן לעיקוואוד האט געעפענט אן אויספארשונג צו קומען אויף די שפירן פון דער וואס האט געפירקעלט א האקנקרייץ אויף די פענסטער פון א הויז אינטער קאנסטראקשאן • א הויעך-שטאקיגע געביידע פון 13 באזונדערע שטאקן איז ערווארטעט צו ווערן ארויף געצויגן ביי איינס פון די ווינקלן פון בארא פארק • א צאל געגענטער אין אפסטעיט ניו יארק האבן אנגעפאנגן איינשטעלן די יערליכע ווינטער פארקינג סיסטעם, אינטער וואס קארס זענען פארבאטן צו פארקירן אויף לאקאלא גאסן •

א' חיי שרה פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: אן אנטיסעמיטישע אינצידענט איז פארגעקומען אין די שטאט שטאקהאלם אין שוועדן, וואו א שילד מיט די ווערטער 'אידן-פרייע זאנע' איז געווארן ארויף געשטעלט ביים אריינגאנג צו א לאקאלא שוך געשעפט

ווערייזאן קאסטומערס אין וויליאמסבורג קענען אויסשטיין צייטווייליגע פראבלעמען מיט זייער פאון אדער אינטערנעט סערוויס די קומענדיגע וואך, צוליב נעטווארק אפגרעיד ארבייט וואס די קאמפאני פירט דורך אין די געגענט • די פאליציי ארבייט צו קומען אויף די שפירן פון א פרוי וועלכע האט ארויס גענומען 109 טויזנט דאלאר פון א סיטי באנק אין וויליאמסבורג פון אן אקאונט וואס באלאנגט פאר אן עלטערע 91 יעריגע פרוי • די סורטש-ענד-רעסקיו אפטיילונג פון די מדינת ישראל מיליטער האט אינטערגענומען א דריל פון א וואך צייט, ביי פארשידענע געגענטער לענגאויס ארץ ישראל • די פאליציי אין העלענע-מאנטאנא ארבייט צו קומען אויף די שפירן פון פארברעכער וועלכע האבן גע'גנב'ט א היסטארישע צוים פון א בית הקברות אוועק געשטעלט נאנט צו 160 יאר צוריק

מוצ״ש וירא פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: פלאָרידע פּאָליציי האָט אַרעסטירט דעם 31 יעריגן דזשערי סניד פון אָרלאַנדאָ, וועלכער ווערט באַשולדיגט אין סטראשען דער נייער חרדישער ישוב "לעיקפראָנט עסטעיטס"

אין די מאַראָקאַנער שטאָט פעז האָט זיך געעפנט אַ נייער מוזעאום פאַר אידישע קולטור, וואָס איז די ערשטע אַזאַ מוזעאום אין אַן אַראַביש-מוסולמעניש לאַנד וואָס ווערט פינאַנצירט מיט רעגירונג געלט • דער קאַנאַדישער פּאָליציאַנט דזשעף סמיט איז באַפרייט געוואָרן פון שפּיטאָל, מער ווי אַ חודש נאָכדעם וואָס ער איז שווער פאַרוואונדעט געוואָרן ביים אָפּשטעלן אַ באַוואָפנטן אַטאַקירער נעבן אַ שוהל אין בעלוויל, אָנטאַריאָ • פּאָליציי אין קאָטשי, אינדיע, האָט אַרעסטירט אַ 66 יעריגן קאַנאַדער איינוואוינער, נאָכדעם וואָס ער איז אָן ערלויבעניש געפלויגן מיט אַ דראָון נעבן אַ היסטאָרישן בית המדרש

ה' וירא פ״ז

אידישע נייעס: העצערישע עלעמענטן האבן אויסגענוצט א פאראנטווארטליכע ווארענונג פון עסקנים איבער די בעפארשטייענדע וואלן, צו פארשפרייטן באשולדיגונגן אז עס קומען פאר וואל פעלטשערייען צווישן חרדישע אידן

א יריעה פון א ספר תורה מיט א ווייטאגליכע געשיכטע אינטער זיך, וואס לויטעט אז די נאציס ימ"ש האבן עס גענוצט אלץ איינפּאַק פאפיר, איז ערווארטעט צו ווערן אוועק געגעבן פאר אן אמעריקאנער האלאקאוסט ארגאנאזאציע • א דעטאלירטע באריכט אויף אנטיסעמיטיזעם אין טשעכיי, ווייזט וויאזוי אנטיסעמיטיזעם אין די לאנד איז דראמאטיש געשטיגן זייט די שמיני עצרת אטאקעס • די געגענט פון קרית יואל רישט זיך אויף א נייע ריזן שפילצייג געשעפטן, וואס 'טויס-פאר-יו' פלאנט צו עפענען ביי די געוועזענע 'פּאַרטי סיטי' געשעפט ביי די העכערע שטאק פון די הערימאן קאמאנס מאלל אינדרויסן פון שטעטל

ד' וירא פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: די וועד משמרת כהנים דלעיקוואוד האט געפארטיגט ארבייט אפצושניידן צווייגן פון ביימער ביי עטליכע ערטער אין די געגענטער וואו מענטשען ליגן באערדיגט

א ריכטער אין אושען קאונטי-ניו דזשורסי האט ארויס געוארפן א לאוסוט אקעגן באשטעטיגונג וואס דזשעקסאן טאונשיפ האט געגעבן פאר א פלאן אוועק צו שטעלן א ישיבה מיט א דארמיטארי ביי פרענק עפּלגעיט ראוד • ראקלענד הצלה'ס נארט דיסטריקט גרייט זיך פאר א מעמד הנחת אבן הפינה צום אויפבוי פון א נייע פערמענאנטע הויפטקווארטיר אויף לעידענטאן ראוד אין די פאמאנא געגענט צווישן ראוט 202 און נארט קעמפ היל ראוד • אל על העט באנייט נאן-סטאפ סערוויס צווישן סאן פראנציסקא אינטערנעשינאל מיט תל אביב, נאך מער ווי 6 יאר צייט פון נישט האבן סערוויס צוושן די צוויי שטעט