א' עקב פ״ה
ר' שלום סאנדל
א אינטערוויו מיט ר' שלום סאנדל וועלכער האט צוגעשטעלט די הויכהילכער ביי די לוויות פון רוב גרויסע אדמו"רים, רבנים וראשי ישיבות דורכאויס די לעצטע 45 יאר, מיט דעטאלן איבער אסאך פון די גרויסע רבישע לויות, וואו טויזנטער אידן האבן מיט צער באגלייט די גדולים בכבוד האחרון
ר' יואל שווארץ און ר' ליפא שווארץ
א קאנפערענץ שמועס מיט צוויי יונגעלייט וואס זענען געווען בחורים ביז איבער די 40 יאר, זיי האבן זיך באטייליגט ביי חתונות פון חברים'ס קינדער נאך זייענדיג אליינס בחורים, און וועלן אויפדעקן איבער דאס לעבן און שאפן פון אן עלטערע בחור, די ברענענדיגע פראבלעם פון אלטע בחורים און מיידלעך, און איבער די שידוכים קריזיס
ר' שמעון יואל קליין
א שמועס איבער די זינלאזע קריג אין אוקראינע וואס ברענגט מיט זיך שווערע נאכפאלגן פאר אידישע קהלות אינעם פראנט, אידישע געפאנגענע, שרעקעדיגע אנטלויף אקציעס, עלנדע קינדער, צעפאלענע קהלות און געשעדיגטע צענטערן, שוועריקייטן צו היטן אידישקייט, מסירות נפש פאר קבר ישראל, באשמיצונגען אין די מידיע, דילעמעס פון רבנים, טראומא ביי מלחמה איבערלעבער, א שרעק אין בעלארוס, און אלעס ארום אידן אינעם שרעקליכן מלחמה
ר' משה שפיצער און ר' אלימלך ניימאן
א שמועס איבער די סעפטעמבער 11 אטאקעס וואס האט אומגעברענגט עטליכע אידן, וויאזוי מען האט זיך באנוצט מיט די "די-ען-עי" פאר די אידישע קרבנות, און וויאזוי דאס לעבן האט זיך געטוישט נאך די שרעקליכע אטאקעס
הרב שלום יוסף הארטמאן, ר' לוזי לאנדא און ר' אברהם אלישע אוסטוש
א דראמאטישער געשיכטע ווען א קעמפ מיט 250 קינדער פון אנטווערפן זייענדיג אויף די שווייצער בערג זענען געווארן געשטראנדעט צוליב א מאסיווע פארפלייצונג, און מ'האט זיי געמוזט עוואקואירן מיט מיליטערישע העליקאפטערס. שמועסן מיט דער מדריך וואס שילדערט די געשיכטע, דער מנהל הרב שלום יוסף הארטמאן וואס טיילט מיט השגחה פרטית'ן, און שרעקעדיגע זכרונות פון די געוועזענע תלמידים ר' לוזי לאנדא און ר' אברהם אלישע אוסטוש - דורך ר' דוד וועבער
הבחור מרדכי בערקאוויטש און ר' אלימלך סאנדל
די טרויעריגע געשיכטע פון מרדכי בערקאוויטש פון לעיקוואד, וואס האט מיט דריי יאר צוריק ערב שבת פרשת פנחס, נאכן מאכן א לחיים ביי א פארברענג מיט חברים, זיך געזעצט ביים רעדל און געמאכט א פאטאלע עקסידענט וואס האט ליידער אומגעברענגט א מענטש. דריי יאר שפעטער איז ער נאכאלץ אונטער הויז-ארעסט און עס ווארט אים יעצט אן אורטייל ביז 10 יאר אין טורמע. אויך א שמועס מיט דער טעראפיסט ר' אלימלך סאנדל וואס איז מסביר וואספארא אפעקט אלקאהאל האט אויף די מענטש און וויאזוי די פראבלעם פלאגט דעם ציבור
ר' מענדי אונגאר
א אידישע מאפיא גרופע וואס האט זיך געשלאגן מיט אמעריקאנער נאציס וואס האבן געוואלט טאן אין אמעריקע וואס היטלער האט אנגעהויבן צו טאן אין דייטשלאנד, און האבן זיי מיט געוואלד אפגעשטעלט
ר' פנחס לייפער
- די ווייטאגליכער געשיכטע פון ר' חנניה נאסימיאן, א פליט איראן וועלכער האט געמאכט זיין וועג ארויף קין ארץ ישראל אנטלויפנדיג פון די רדיפות אין איראן, איבער די שווערע אנטלויף אקציע און די אפענער וואונד איבער זיינע נאנטע אין לאנד וועלכע זענען ארעסטירט און גע'הרג'ט געווארן על קידוש השם.
- די געשיכטע וויאזוי א איד איז געצווינגען געווארן צו האנדלן מיט די אינטערוועלט נאכן ווערן אריינגעשלעפט אין א 'שנאת חינמ'דיגער' געשלעג, וועלכע האט אים אין ענדע געפירט צו זיין אומקום, לאזנדיג נאך זיך מער פראגן פון ענטפערס און א פארווייטאגטע פאמיליע.
ר' שמעון ראלניצקי
איבער די אקציע פון די סי-איי-עי צו טרעפן דעם ארון הברית, און איבער אומצאליגע פרואוון די לעצטע 2,500 יאר צו טרעפן דעם ארון הברית, - מיט 114 יאר צוריק האט א בריטישע עקספעדיציע זיך אריינגעכאפט אינעם מוסולמענישן מעטשעט, און אנגעפאנגען גראבן אונטער'ן פלאץ וואו דער קודש הקדשים איז געווען מיט'ן ציל צו טרעפן די באהעלטעניש... מיט 44 יאר צוריק האט הרב מאיר יהודא געץ אין געהיים געגראבן אונטער'ן הר הבית פרובירנדיג צו טרעפן די באהעלטעניש… דאן, 42 יאר צוריק, האט די סי-איי-עי פרובירט צו טרעפן דעם ארון הברית דורך גאר אן אינטערסאנטן אופן
העסקן ר' ישראל אייזנבאך און הרב נטע הורוויץ
אינטערוויוס איבער די ביטערע צער און ווייטאג פון פארלירן פלוצלינג א קינד אין אן עקסידענט, א שמועס מיט העסקן ר' ישראל אייזנבאך פון מאנסי וואס האט דעם זומער פארלוירן א טאכטער אין א שרעקליכע עקסידענט אין טשעסנאט-רידזש מאנסי, און א שמועס מיט הרב החסיד ר' נטע הורוויץ וואס האט פארלוירן א קינד אין א שווערע עקסידענט
ר' יוסל שארשעבסקי, ר' יואל זאב גאלדשטיין, הרב שלום מרדכי רובאשקין, ר' אברהם רובין, הרב מרדכי יצחק סאמעט און הרב יעקב יצחק אלבום
געוועזענע ארעסטאנטן וואס גייען צוריק צו די שווערסטע מינוטן אין טורמע, ווען זיי האבן געליטן דאס מערסטע, און וויאזוי זיי האבן זיך מחזק געווען אין די ביטערע זמנים
הרב דוד, הרב ישראל אהרן און הרב בנימין קלעצקין
א קאנפערענץ שמועס צווישן די 3 קלעצקין ברודער, הרב דוד, הרב ישראל אהרן און הרב בנימין קלעצקין, וועלכע האבן פארצייטנס געהאט ברייט פרנסה און שילדערן וויאזוי מען האט זיך געספראוועט מיט די עקענאמישע שוועריגקייטן און דחקות מיט'ן פארלירן פלוצלינג גרויסע געלטער, און זיך מחזק געווען מיט אמונה ובטחון
הרב שאול קליין
די צרות וואס אידן ליידן היינטיגע צייטן פון די אנגייענדע אנטיסעמיטיזם, וואס איז א דירעקטער גורם צו די פייניגונגען און שוועריגקייטן וואס אידן מאכן מיט ווען מען פאלט אריין אין טורמע
הרב חננאל שארארא שליט"א
די מיטמאכענישן און וואנדעריי פון יהדות תימן, און די געשיכטע פון זיין פאטער וואס איז פארכאפט געווארן אין אר"י ביי די שרעקליכע פרשה פון די ילדי תימן, ביז זיין זיידע האט אדורכגעפירט א קאמפליצירטע אקציע און אים ארויסגעראטעוועט
הרב חנא פריעדמאן (חלק ב')
פרישע דעטאלן פון די לעצטע לעבן געבליבענע עידות פון די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה, אויפדעקונגען איבער די שרעקליכע מיטמאכענישן, די קינות גדולי ישראל, די הקפות אין בערגן בעלזן, די רבנים וואס האבן אויפגעגעבן די רביסטעווע נאכן קריג, און די שוועריקייטן פון די איבערלעבער
הרב חנא פריעדמאן (חלק א')
פרישע דעטאלן פון די לעצטע לעבן געבליבענע עידות פון די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה, אויפדעקונגען איבער די שרעקליכע מיטמאכענישן, די קינות גדולי ישראל, די הקפות אין בערגן בעלזן, די רבנים וואס האבן אויפגעגעבן די רביסטעווע נאכן קריג, און די שוועריקייטן פון די איבערלעבער
מוצ״ש ואתחנן פ״ה
הרב אהרן ארי' אייזנבערג שליט"א
וואס האט תשעה באב מיט אונז, פארוואס וויינען מיר יעצט תשפ"ה, וואס האבן מיר פארלוירן און אויף וואס ווארטן מיר אזוי שטארק
ר' פנחס גלויבער
שמועס איבער דער ברוטאלער פאגראם קעגן די אידישע געמיינדע אין איראק מיט 85 יאר צוריק, וואו פילע אידן זענען דערמארדעט געווארן, הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן, און אידישע הייזער זענען בארויבט און פארניכטעט געווארן - א שחיטה וואס איז געווען א ווענדפונקט אינעם סוף פון אידישן לעבן אין איראק.
סדר פון די זונטאג תשעה באב לייוו פראגראם
אום 8 וועט מען הערן א שמועס איבער די צרות וואס אידן ליידן היינטיגע צייטן פון די אנגייענדע אנטיסעמיטיזם, וואס איז א דירעקטער גורם צו די פייניגונגען און שוועריגקייטן וואס אידן מאכן מיט ווען מען פאלט אריין אין טורמע.
אום 9 אזייגער צופרי וועט מען הערן א קאנפערענץ שמועס צווישן די 3 קלעצקין ברודער, הרב דוד, הרב ישראל אהרן און הרב בנימין קלעצקין, וועלכע האבן פארצייטנס געהאט ברייט פרנסה און שילדערן וויאזוי מען האט זיך געספראוועט מיט די עקענאמישע שוועריגקייטן און דחקות מיט'ן פארלירן פלוצלינג גרויסע געלטער, און זיך מחזק געווען מיט אמונה ובטחון.
אום 10 צופרי וועט מען הערן פון 5 געוועזענע ארעסטאנטן וואס גייען צוריק צו די שווערסטע מינוטן אין טורמע, ווען זיי האבן געליטן דאס מערסטע, און וויאזוי זיי האבן זיך מחזק געווען אין די ביטערע זמנים.
אום 11 אזייגער צופרי וועט מען הערן אינטערוויוס איבער די ביטערע צער און ווייטאג פון פארלירן פלוצלינג א קינד אין אן עקסידענט, א שמועס מיט העסקן ר' ישראל אייזנבאך פון מאנסי וואס האט דעם זומער פארלוירן א טאכטער אין א שרעקליכע עקסידענט אין טשעסנאט-רידזש מאנסי, און א שמועס מיט הרב החסיד ר' נטע הורוויץ וואס האט פארלוירן א קינד אין א שווערע עקסידענט.
אום 12 מיטאג וועט מען הערן איבער די אקציע פון די סי-איי-עי צו טרעפן דעם ארון הברית, און איבער אומצאליגע פרואוון די לעצטע 2,500 יאר צו טרעפן דעם ארון הברית, - מיט 114 יאר צוריק האט א בריטישע עקספעדיציע זיך אריינגעכאפט אינעם מוסולמענישן מעטשעט, און אנגעפאנגען גראבן אונטער'ן פלאץ וואו דער קודש הקדשים איז געווען מיט'ן ציל צו טרעפן די באהעלטעניש... מיט 44 יאר צוריק האט הרב מאיר יהודא געץ אין געהיים געגראבן אונטער'ן הר הבית פרובירנדיג צו טרעפן די באהעלטעניש… דאן, 42 יאר צוריק, האט די סי-איי-עי פרובירט צו טרעפן דעם ארון הברית דורך גאר אן אינטערסאנטן אופן.
אום 1 נאכמיטאג וועט מען הערן די ווייטאגליכער געשיכטע פון ר' חנניה נאסימיאן, א פליט איראן וועלכער האט געמאכט זיין וועג ארויף קין ארץ ישראל אנטלויפנדיג פון די רדיפות אין איראן, איבער די שווערע אנטלויף אקציע און די אפענער וואונד איבער זיינע נאנטע אין לאנד וועלכע זענען ארעסטירט און גע'הרג'ט געווארן על קידוש השם.
אום 1:30 נאכמיטאג וועט מען הערן וויאזוי א איד איז געצווינגען געווארן צו האנדלן מיט די אינטערוועלט נאכן ווערן אריינגעשלעפט אין א 'שנאת חינמ'דיגער' געשלעג, וועלכע האט אים אין ענדע געפירט צו זיין אומקום, לאזנדיג נאך זיך מער פראגן פון ענטפערס און א פארווייטאגטע פאמיליע.
אום 2 נאכמיטאג וועט מען הערן איבער א אידישע מאפיא גרופע וואס האט זיך געשלאגן מיט אמעריקאנער נאציס וואס האבן געוואלט טאן אין אמעריקע וואס היטלער האט אנגעהויבן צו טאן אין דייטשלאנד, און האבן זיי מיט געוואלד אפגעשטעלט.
אום 3 נאכמיטאג וועט מען הערן די טרויעריגע געשיכטע פון מרדכי בערקאוויטש פון לעיקוואד, וואס האט מיט דריי יאר צוריק ערב שבת פרשת פנחס, נאכן מאכן א לחיים ביי א פארברענג מיט חברים, זיך געזעצט ביים רעדל און געמאכט א פאטאלע עקסידענט וואס האט ליידער אומגעברענגט א מענטש. דריי יאר שפעטער איז ער נאכאלץ אונטער הויז-ארעסט און עס ווארט אים יעצט אן אורטייל ביז 10 יאר אין טורמע. אויך א שמועס מיט דער טעראפיסט ר' אלימלך סאנדל וואס איז מסביר וואספארא אפעקט אלקאהאל האט אויף די מענטש און וויאזוי די פראבלעם פלאגט דעם ציבור.
אום 4 נאכמיטאג וועט מען הערן אינטערוויוס איבער א דראמאטישער געשיכטע ווען א קעמפ מיט 250 קינדער פון אנטווערפן זייענדיג אויף די שווייצער בערג זענען געווארן געשטראנדעט צוליב א מאסיווע פארפלייצונג, און מ'האט זיי געמוזט עוואקואירן מיט מיליטערישע העליקאפטערס. שמועסן מיט דער מדריך וואס שילדערט די געשיכטע, דער מנהל הרב שלום יוסף הארטמאן וואס טיילט מיט השגחה פרטית'ן, און שרעקעדיגע זכרונות פון די געוועזענע תלמידים ר' לוזי לאנדא און ר' אברהם אלישע אוסטוש.
אום 5 אזייגער וועט מען הערן א שמועס איבער די סעפטעמבער 11 אטאקעס וואס האט אומגעברענגט עטליכע אידן, וויאזוי מען האט זיך באנוצט מיט די "די-ען-עי" פאר די אידישע קרבנות, און וויאזוי דאס לעבן האט זיך געטוישט נאך די שרעקליכע אטאקעס
אום 6 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן א שמועס איבער די זינלאזע קריג אין אוקראינע וואס ברענגט מיט זיך שווערע נאכפאלגן פאר אידישע קהלות אינעם פראנט, אידישע געפאנגענע, שרעקעדיגע אנטלויף אקציעס, עלנדע קינדער, צעפאלענע קהלות און געשעדיגטע צענטערן, שוועריקייטן צו היטן אידישקייט, מסירות נפש פאר קבר ישראל, באשמיצונגען אין די מידיע, דילעמעס פון רבנים, טראומא ביי מלחמה איבערלעבער, א שרעק אין בעלארוס, און אלעס ארום אידן אינעם שרעקליכן מלחמה
אום 7 אזייגער פארנאכטס וועט מען הערן א קאנפערענץ שמועס מיט צוויי יונגעלייט וואס זענען געווען בחורים ביז איבער די 40 יאר, זיי האבן זיך באטייליגט ביי חתונות פון חברים'ס קינדער נאך זייענדיג אליינס בחורים, און וועלן אויפדעקן איבער דאס לעבן און שאפן פון אן עלטערע בחור, די ברענענדיגע פראבלעם פון אלטע בחורים און מיידלעך, און איבער די שידוכים קריזיס.
אום 8 אזייגער ביינאכט וועט מען הערן א אינטערוויו מיט ר' שלום סאנדל וועלכער האט צוגעשטעלט די הויכהילכער ביי די לוויות פון רוב גרויסע אדמו"רים, רבנים וראשי ישיבות דורכאויס די לעצטע 45 יאר, מיט דעטאלן איבער אסאך פון די גרויסע רבישע לויות, וואו טויזנטער אידן האבן מיט צער באגלייט די גדולים בכבוד האחרון.