ג' חיי שרה פ״ז
פונקטליכע מאפעס פון פארמעסטן און געווינער
פאר מאפעס פון פארמעסטן מיט אפדעיס פון די געווינער דרוקט דא:
די ניו יארק סטעיט באורד אוו עלעקשאנס אידענטיפיצירט א פראגרעמינג פראבלעם וואס האט געפירט צו די פראבלעמען לענגאויס וועסטשעסטער קאונטי
די ניו יארק סטעיט באורד אוו עלעקשאנס האט אידענטיפיצירט א פראגרעמינג פראבלעם וואס האט געפירט צו די פראבלעמען מיט וואל מאשין סקענערס לענגאויס וועסטשעסטער קאונטי.
וואל באאמטע זאגן אז די פראבלעם שטאמט פון א טויש וואס איז געווארן איינגעשטעלט ביי איין לאקאלא פארמעסט שוין נאכדעם וואס די מאשינען זענען געווארן צוגעגרייט פאר די וואל טאג.
זיי זאגן אז צוליב די טויש אין יענעם פארמעסט האט מען געדארפט איינשטעלן אן אפדעיט, און סקענערס מיט די אריגינעלע פראגרעמינג האבן אדער נישט דערקענט די בעלאטס אדער האבן זיי עס נישט געוואלט אקצעפטירן.
זיי זאגן אז די פראבלעם איז בלויז אין וועסטשעסטער, און מען האלט אינמיטן ארבייטן עס צו פאררעכטן אז מינימום איין סקענינג מאשין זאל ארבייטן ביי יעדע לאקאל.
קאנגרעסמאן מייק לאולער מיט זיין דעמאקראטישע קעגנער רופן פאר וויילער אין וועסטשעסטער נישט צו בלייבן אינדערהיים טראץ די סקענער מאשינען פראבלעם
קאנגרעסמאן מייק לאולער מיט זיין דעמאקראטישע קעגנער זענען ארויס געקומען מיט א רוף פאר וויילער אין וועסטשעסטער נישט צו בלייבן אינדערהיים טראץ די סקענער מאשינען פראבלעם.
לאולער זאגט אז לויט זיין אינפארמאציע ארבייט נישט קיין איין סקענער לענגאויס גאנץ וועסטשעסטער, דעריבער וויל ער קלארשטעלן פאר וויילער אז אלע בעלאטס גייען געציילט ווערן, און מענטשען זאלן געהעריג גיין שטמען.
לאולער'ס דיסטריקט, וואס נעמט אריין גאנץ ראקלענד און פוטנאם, נעמט אויך אריין א מערהייט פון צפון וועסטשעסטער, און איז איינס פון די סווינג דיסטריקטס וועלכע קענען אנטשיידן וועלכע פארטיי וועט זיין אין קאנטראל פון קאנגרעס.
וואל באאמטע אין וועסטשעסטער האבן געמאלדן, אז די פראבלעם מיט סקענערס וועלכע טוען נישט אקצעפטירן בעלאטס, טוט אפעקטירן א מערהייט מאשינען
זיי זאגן אז די פראבלעמען האבן זיך אנגעפאנגן גלייך 6 צופרי ווען די שטים ערטער האבן זיך געעפענט, און מען האט געזען אז וויפיל מען פראבירט נאר אריין צו לייגן די אויסגעפילטע בעלאטס אין די סקענערס ארבייט עס נישט.
וואל באאמטע זאגן אז וויילער זאלן נישט אנטמוטיגט ווערן, נאר שטיין אין די ליניע, אויספילן א בעלאט, און יעדע בעלאט וועט ווערן אריין געלייגט אין ספעציעלע אראנדזשע אמערדזשענסי בעלאט זעקלעך זיי צו קענען שפעטער ציילן.
די סטעיט באורד אוו עלעקשאנס זאגט אז די וואל פראצעדור אין די קאונטי זעצט ווייטער פאר אן קיין שטערונגן, דורך נוצן אוועק געשטעלט אמערדזשענסי פראצעדורן פאר אזעלכע פעלער.
אין א סטעיטמענט זאגט די באורד, אז אלע בעלאטס ווערן פארזיכערט אינטער אומפארטייאישע קאנטראל, און ווועלן געהעריג געציילט ווערן.
מיליאנאן אמעריקאנער געבן היינט אפ זייער שטימע אין וואלן וועלכע גייען באשטימען וועלכע פארטיי זאל זיין אין קאנטראל פון קאנגרעס און פון סענאט
היסטאריש גערעדט טוט די פארטיי פונ'ם פרעזידענט פארלירן ביי די מידטורם וואלן, א זאך וואס איז געווען ביי אלע מידטורם וואלן זייט די צווייטע וועלט קריג, אויסער ביי צוויי פעלער.
אנקעטעס ווייזן אז היינט נאכט וועט נישט זיין קיין אויסנאם, נאר די פראגע איז ווי ווייט עס וועט גיין, צו די דעמאקראטן וועלן בלויז איבערנעמען קאנטראל פון קאנגרעס אדער אויך פונ'ם סענאט.
פאליטישע אנאליסטן זענען ביים מיינונג אז די קאנגרעס איז נישט קיין פראגע אז עס וועט טוישן הענט צו די דעמאקראטן, און זענען צוטיילט ביים מיינונג אויב אינ'ם סענאט וועט זיין די זעלבע.
די היינטיגע פארמעסטן נעמט אריין אלע 435 קנגרעס זיצן צוזאמען מיט 35 סענאט זיצן, וואס א מערהייט פון זיי ווייסט מען שוין פון פאראויס פאר וועלכע זייט עס וועט גיין, נאר די פראגע איז אויף א צאל סווינג דיסטריקטס.
כדי איבערצונעמען קאנטראל פון קאנגרעס דארפן דעמאקראטן געוואונען נישט מער ווי 3 קאנגרעס זיצן, און פאר קאנטראל אינ'ם סענאט דארפן זיי געוואונען 4 זיצן.
אין פאל דעמאקראטן נעמען איבער דעם מאיאריטעט אין קאנגרעס איז ערווארטעט אז זיי וועלן אינטערנעמען א צאל אויספארשונגן אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, אין צוגאב צו פארלאנגן פארשידענע קאנצעסיעס פון פרעזידענט טראמפ דורכצולאזן זיינע בילס.
אויב זיי באווייזן אויך איבערצונעמען קאנטראל פונ'ם סענאט, דאן וועלן זיי אויך האבן דעם מעגליכקייט צו בלאקירן טראמפ'ס נאמינאציעס, אריין גערעכענט סופרים קארט נאמינאציעס.
ווען עס קומט צו סטעיטווייד פארמעסטן זענען פארהאן צענדליגער גאווערנער בענקלעך אויף וואס מען שטימט היינט, אריין גערעכענט די גאווערנער פארמעסט אין ניו יארק צווישן גאווערנער האוקול מיט איר ריפובליקאנער קעגנער ברוס בלעיקמאן.
דורכאויס די ערשטע פאר שעה פונ'ם טאג היינט זענען די וואלן אין א מערהייט געגנטער דורך גלאטיג, אויסער אין געציילטע ערטער, אריין גערעכענט אין וועסטשטעסטער, וואו עס האט זיך געשאפן פראבלעמען מיט מאשינען וועלכע האבן נישט געוואלט אריין נעמען פאפירענע בעלאטס, דעריבער זענען א צאל בעלאטס פון מענטשען געשטעלט געווארן אין אמערדזשענסי זעקלעך זיי צו קענען שפעטער ציילן.
שלאקס רעגענעס זענען אויך ערווארטעט צו שטערן וויילער אין אנדערע סטעיטס, אריין גערעכענט חלקים פון קאלאראדא, אריזאנא, יוטא און ניו מעקסיקא.
ווען עס קומט צו האלטן אן אויג אויף די אויטענטישקייט פון די וואלן, האט די יוסטיץ דיפארטמענט היינט ארויס געשיקט טויזענט וואל אבזערווירער וועלכע דרייען זיך ארום אין אלע 50 סטעיטס, די גרעסטע אזא אפאראט אין היסטאריע.
ב' חיי שרה פ״ז
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געארבייט אזוי שווער ביי מידטורם וואל פארמעסטן ווי דאסמאל
טראמפ זאגט אז ער טוט עס וויבאלד ער האלט אז די יעצטיגע וואלן איז זייער וויכטיג, כדי זיכער צו מאכן אז אמעריקא פאלט נישט צוריק און דערלייגט נישט אירע ביז יעצטיגע סוקסעסן.
זיינע ווערטער קומען אין צייט וואס דער באקאנטער פאליטישער אנאליסט נעיט סילווער איז ארויס מיט א פארשאצונג, אז אמעריקאנער זאלן זיך רישן פאר א בלויע צונאמי ביי די וואלן מארגן נאכט.
סילווער זאגט אז ער ערלויבט זיך ארויס צו קומען מיט די פארשאצונג, נאכדעם וואס 'סיענע' איז ארויס מיט איר לעצטע אנקעטע בעפאר די וואלן, און עס ווייזט אז דעמאקראטן זענען פאראויס אין יעדע שליסל סענאט פארמעסט אין צוגאב צו גאווערנער פארמעסטן.
לויט 'סיענע' זענען די דעמאקראטן פאראויס מט 11 פונקטן ביי די מישיגען סענאט פארמעסט, 7 פונקטן אין טעקסעס, 6 פונקטן אין מעין, 5 פונקטן אין קענסעס און אהייא, 2 פונקטן אין אלאסקא און איינס אין אייאווא.
די 'דעסישאן דעסק הויפטקווארטיר' גרופע איז אוך היינט ארויס מיט איר פארשאצוגנן אז דעמאקראטן וועלן געוואונען די סענאט פארמעסטן אין טעקסס, אלאסקא און מעין, גענוג צו זיין אין א גוטע פאזיציע צו באקומען דעם סענאט מאיאריטעט.
די גרופע זאגט אז לויט אירע פארשאצונגן וועט די מארגענדיגע נאכט זיך ענדיגן מיט אן אויבערהאנט פון 52 סענאט זיצן פאר די דעמאקראטן אקעגן 48 פאר די ריפובליקאנער.
די פארשאצונגן וועלכע ווערן ארויס געגעבן זענען נישט מער ווי פארשאצונגן באזירט אויף אנקעטעס און אנדערע פאקטארן, אבער די ריכטיגע בילד וועט מען וויסן הערשט ווען די רעזולטאטן קומען אריין מארגן נאכט, איבערהויפט אין געגענטער וואו עס קען זיך אסאך ווענדן אין טורנאוט ביי ביידע זייטן.
נעיט סילווער זעלבסט האט זיך אויך באווארענט, זאגענדיג, אז זיין פארשאצונג פאר א שטארקע נאכט פאר די דעמאקראטן איז באזירט בלויז אויף ציפערן און אינפארמאציע וואס זענען פארהאן, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אז די אנקעטעס זענען אומריכטיג אדער זאכן גייען אין אן אנדערע ריכטונג קען די בילד זיין אנדערש.
קליינגעלט - פנחס לייפער
- האבן די אלעסקע דעמאקראטן געגעבן א געווינס פארן פרעזידענט?
- וויאזוי פעלער פון היימישע אידן ווייזן אויף די היפאקראטיע פון די קאליפארניע געריכטן
- א דעמאקראטישע אינדארסירונג אין מישיגן
ד' וירא פ״ו
רעקארדירונג פון עלעקשאן נאכט לייוו תשפ"ו חלק ג'
אנאליזן און אפהאנדלונג פון 11:00 ביז 12:30 דינסטאג נאכט וירא
רעקארדירונג פון עלעקשאן נאכט לייוו תשפ"ו חלק ב'
אנאליזן און אפהאנדלונג פון 10:00 ביז 11 אזייגער דינסטאג נאכט וירא
רעקארדירונג פון עלעקשאן נאכט לייוו תשפ"ו חלק א'
אנאליזן און אפהאנדלונג פון 9:00 ביז 10 אזייגער דינסטאג נאכט וירא