אלגעמיינע נייעס

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

אלגעמיינע נייעס

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וישלח פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט געמאָלדן ברייטע נייע טאַריפס וואָס צילן פערצן לענדער, אַריינגערעכנט כינע און די לענדער פון די אייראָפּעאישע יוניאָן

די תימנער איראַנער-געשטיצטע כוטי טעראָריסטן האָבן געמאָלדן היינט אַז זיי האָבן אַטאַקירט סאַודי אַראַביע'ס גרעסטע אויל ריפיינערי וואָס געפונט זיך אין ראס טאנורא נעבן א גרויסע אויל עקספּאָרט טערמינאַל • כינע האָט געליטן א שווערע דורכפאַל, ווען אויסטראַליע און די סאָלאָמאָן אינזלען אינעם פּאַסיפיק האָבן אונטערגעשריבן א נייע סעקיוריטי אָפּמאַך וואָס פאַרבאָט אויסלענדישע באַזעס אויף די אינזלען • כינע האָט סוקסעספול אַרויפגעשיקט איר "שענזאו 24" ספּעיס שאָטעל צו ספּעיס, טראָגנדיג צוויי כינעזער אַסטראָנאַטן און דער פּאַקיסטאַנער אַסטראָנאַט מוכאַמעד זישאן אלי • די פעדעראַלע קאַמערץ דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן אַז אינפלעישאָן, וואָס איז די "פעדעראַל רעזערוו"'ס "פּרעפעירד פּרייז אינדעקס", איז געוואַקסן מיט 3.8 פּראָצענט אין אָקטאָבער אין פאַרגלייך צו פאַראַיאָר אָקטאָבער • דער סאַלוואַדאָרער אימיגראַנט קילמאר אברעגא גאַרסיע איז אָנגעקומען קיין שפּאַניע, נאָכדעם וואָס ער האָט באַשלאָסן וואָלונטיריש צו פאַרלאָזן אַמעריקע • ניו יאָרק סיטי אויטאָריטעטן רוקן די יערליכע חאָגע פּאַראַדע דאָנערשטאָג צו סוף וואך, צוליב ערוואַרטעטע ווינטן און רעגן