אלגעמיינע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
אלגעמיינע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' וישלח פ״ז
כינעזער אויטאָריטעטן האָבן געמאָלדן אַן אויספאָרשונג איבער טשען דזשינינג, דער פירער פון די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אין די גרויסע צענטראַלע שטאָט שאַנכיי און א מיטגליד פון די מאַכטפולע פּאָליטישע ביוראָ • די דרום קאָרעאַ מיליטער האָט באַריכטעט אַז עטליכע רוסישע פליגערס זענען אַריינגעקומען אין אירע הימלען העכערן וואַסער וואָס טיילט אָפּ קאָרעאַ און יאַפּאַ • בריטישע זיכערהייט באַאַמטע האָבן אַרויסגעשטעלט א וואָרענונג אַז קאָמפּאַניס וואָס שטעלן צו מיליטערישע געצייג פאַר אוקראַינע, זאָלן זיין גרייט פאַר מעגליכע רוסישע סאָבאַטאַזש אַפּעראַציעס • אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש אויטאָריטעטן האָבן אויפגעדעקט היינט אַז א סי-איי-עי קאָמפּיוטער סיסטעם וואָס ווערט גענוצט צו זאַמלען און אַנאַליזירן פּובליק אינפאָרמאַציע, איז געוואָרן אַטאַקירט אין א סייבער העקעריי • די דעמאָקראַטן האָבן אָפּגעהאַלטן נאָך א זיג אין די אָנגייענדיגע מידטוירם וואַל רעזולטאַטן, ווען דער דעמאָקראַט פרוי בראדעריק איז דערקלערט געוואָרן געווינער פון א קאָנגרעס פאַרמעסט אין טענעסי • די אַמעריקאַנער פינאַנציעלע מאַרקעטס האָבן צוריקגעצויגן פון טייל פון די מאַסיווע פאַרדינסטן וואָס זיי האָבן געהאַט מאָנטאָג, צוליב וואָס אינוועסטירער האָבן פאַרקויפט טעכנאָלאָגיע סטאַקס •