אלגעמיינע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
אלגעמיינע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' ויצא פ״ז
די יו-ען נוקלעאַרע אַגענטור האָט באַריכטעט אַז צפון קאָרעאַ האָט אָנגעהויבן אויסברייטערן איר אָריגינעלע אוראַניום באַרייכערונג איינריכטונג אין די יאנגביאן נוקלעאַרע קאַמפּלעקס • דענמאַרק'ס פּאַרלאַמענט האָט באַשטעטיגט אין א פאַראייניגטע אָפּשטימונג א נייע סעקיוריטי אָפּמאַך מיט אַמעריקע, זוכנדיג צו ברענגען אַן ענדע צו לאַנגע חדשים אָנגעצויגנקייט איבער טראָמפּ'ס פאָדערונגען איבער גרינלאנד • פּרעזידענט טראָמפּ האָט געפאָדערט פון רעפּובליקאַנער אין קאָנגרעס צו נעמען שריט שנעל צו באַשטעטיגן א גרויסע פאַרם ביל בעפאָר די דעמאָקראַטן נעמען איבער קאָנגרעס • די עי-איי קאָמפּאַני אנטראפּיק האָט אויפגעטריבן מער ווי 81 ביליאָן דאָלער אין די סאַמע גרעסטע סטאַק מאַרקעט אַריינטריט אין היסטאָריע, איבערשטייגנדיג ספּעיס-עקס • דער פאַרטיידיקונגס סעקרעטאַר פּיטער העגסעט האָט געמאָלדן א נייע אָפּמאַך וואָס טוט צוריקשטעלן מיליטערישע קאָאָפּעראַציע צווישן אַמעריקע און ווענעזועלע • מעיאָר מאמדאני האָט היינט אונטערגעשריבן די געזעץ וואָס טוט פאַרבאָטן פערד און וועגענער פון די גאַסן אין ניו יאָרק סיטי, אָנגעהויבן אין זומער 2028