בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וישב פ״ז

די מדינת ישראל מיליטער קוקט אריין אינ'ם מעגליכקייט צו געבן טויט שטראף פאר א טעראריסט וועלכע האט דורכגעפירט א טעראר אטאקע ערב יום כיפור

דאס די ערשטע אזא שריט אינטער א נייע געזעץ וואס שטעלט אוועק א מאנדאט צו געבן טויט שטראף אין פארשידענע פעלער.
די מיליטערישע געריכט האט געלאזט וויסן פאר די משפחה פונ'ם אומגעקומענעם אין די אטאקע, אז דער טעראריסט גייט באקומען אדער לעבענסלעגנליכע טורמע אדער טויט שטראף.
דער טעראריסט האט געעפענט פייער פארלאפענע ערב יום כיפור אויף מענטשען וועלכע האבן זיך געפונען ביי א קוואל אין די נוה צוף געגענט אין די מערב ברעג, אן אטאקע וואס האט געקאסט דאס לעבן פון איין מענטש.