בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' וישב פ״ז
אכמעד על אכמעד, דער מוסולמענער פאטער וועלכער האט העלדיש אפגעשטעלט איינעם פון די צוויי טעראריסטן ביי די שרעקליכע באנדי ביעטש שיסעריי אטאקע פאראיאר חנוכה, איז באערט געווארן.
דער גאווערנאר דזשענעראל סעם מאסטין פון סידני, אויסטראליע האט געמאלדן אז על אכמעד איז באערט געווארן דורך די רעגירונג מיט די "קראס אוו וועלאר", וואס איז די סאמע העכסטע ציווילע העלדישקייט מעדאל אין אויסטראליע.
אכמעד האט באקומען אינטערנאציאנאלע לויב פאר זיין העלדישקייט ביי די חנוכה שיסעריי טעראר אטאקע, אריינגערעכנט פון פרעזידענט טראמפ, און אצינד איז ער באערט געווארן מיט די זעלטענע מעדאל.