בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וישב פ״ז

אנקעטע צייגט אז בלויז 30 פראצענט אמעריקאנער האלטן מדינת ישראל פאר אליאירטע לאנד

דער אמעריקאנער אמבאסאדאר מייק הוקאבי האט געזאגט אז אנטי מדינת ישראל פראפאגאנדע איז שולדיג איבער דעם וואס מען זעט א שטארקע רעדוקציע אין די צאל אמעריקאנער וואס שטיצן מדינת ישראל.
הוקאבי'ס קאמענטארן זענען געקומען נאכדעם וואס א נייע אנקעטע איז ערשינען און עס צייגט אז נאר דרייסיג פראצענט אמעריקאנער בירגער באטראכטן מדינת ישראל אלס א פריינטליכע אליאירטע לאנד פאר אמעריקע.
צוואנציג פראצענט אמעריקאנער זאגן אז מדינת ישראל איז בלויז פריינטליך מיט אמעריקע, אבער נישט אליאירט, און נאך פערצן פראצענט האבן געזאגט אז עס איז נישט פריינטליך, און די איבריגע פערצן פראצענט זאגן אז מדינת ישראל איז א פיינט פון אמעריקע.