בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש וישלח פ״ז
שטיצער פון די אייסיס טעראר גרופע האבן אנטוויקלט זייער אייגענע סאושעל מידיא פלאטפארמע וואס איז נאכגעמאכט אויפן זעלבן סיסטעם ווי אנדערע פאפולערע פלאטפארמעס.
די נייע אייסיס פלאטפארמע איז באקאנט אלס מאנדזשאניק" און עס איז ערשינען אנליין אפאר וואכן צוריק, נאכדעם וואס די עקזיסטירנדע אמעריקאנער סאושעל מידיא קאמפאניס האבן אונטערגענומען א קאמפיין אפצושפארן טויזנטער טעראר פארבינדעטע אקאונטס.
דערווייל האט די פלאטפארמע נאר געצויגן עטליכע צענדליגער באנוצער מיט נייע אקאונטס און עס זענען נישטא קיין באווייזן אז די אייסיס פירערשאפט קאנטראלירט עס.