בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש וישלח פ״ז
קאנאדע וועט אריינשטעלן אין אפעקט נייע גרעניץ געזעץ אום דעצעמבער 1, וואס וועט עלימינירן די לאנגיעריגע פראגראם וואס האט ערלויבט אויטאריזירטע טרעוולערס אריינצוקומען פון אנדערע פלעצער נישט ביי די גרעניץ טשעקפוינטס.
בערך עלף טויזנט טרעוולערס האבן אנטיילגענומען אין די פראגראם יערליך ביז אהער, און ניינציג פראצענט פון זיי זענען געווען אמעריקאנער בירגער וואס האבן געוואלט גרינג קענען טרעוולען קיין קאנאדע און אהיים.
די נייע סיסטעם איז נאכגעמאכט פון די אמעריקאנער גרעניץ פאטראל געזעצן און רייזנדע וואס וועלן אריינקומען קיין קאנאדע פון אנדערע זייטיגע ראודס, וועלן מוזן באריכטן אז זיי זענען אריינגעקומען, דורך ספעציעלע טעלעפאן סטאנציעס.