בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

מוצ״ש וישלח פ״ז

אמעריקאנער רעגירונג אנטוויקלט נאציאנאלע עמורדזשענסי רעאקציע פלאן צו גרויסע סייבער אטאקעס

די אמעריקאנער רעגירונג האט אנטוויקלט א נאציאנאלע עמורדזשענסי ריספאנס פלאן פאר א מאסיווע סייבער אטאקע וואס קען פארקריפלען וויכטיגע אינפראסטרוקטור און שטעלן אין געפאר לעבנס און די רעגירונג.
אונטער די רעגירונג'ס זעקס שטאפל סייבער אטאקע סיסטעם איז די ערגסטע אינצידענט באצייכנט אלס "שווארץ", און אין אזא פאל וועלן פעדעראלע אגענטורן קאארדינירן עמורדזשענסי אפעראציעס, אין שפיץ פון די עף-בי-איי.
די נייע פלאן קומט נאכדעם וואס אמעריקע האט געליטן עטליכע וואכן פון שווערע אינצידענטן, און טראץ וואס באאמטע האבן אויסגעשלאסן סייבער אטאקעס אין די אינצעדענטן, האט עס געהעכערט די זארג.