בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' וישלח פ״ז

מעגליכע קידנעפינג פארזוך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס א ליפט דרייווער האט אפגעטראגן מיט א קליין קינד

א מעגליכע קידנעפינג פארזוך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס א ליפט דרייווער האט אפגעטראגן מיט א קליין קינד אינעם קאר גלייך ווען די עלטערן זענען ארויסגעשטיגן ביי מירטל עוועניו און טאמפקינס עוועניו. וויליאמסבורג שומרים צוזאמען מיט פאליציי אפיצירן האבן שנעל רעאגירט, און באוויזן נאכצוגיין דעם קאר און אפשטעלן דעם דרייווער ארום א מייל אוועק פונעם ארט, וואו ער איז גלייך געשטעלט געווארן אינטער ארעסט. הצלה וואלונטירן זענען אנגעקומען אויפ'ן סצענע און אונטערזוכט דאס קינד, וועלכע איז בחסדי השם געווען אינגאנצן אומבאשעדיגט.