בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' וישלח פ״ז

כמעט הונדערט דרייסיג טויזנט משפחות און ביזנעסער אין ניו דזשערסי האבן נאכנישט לעקטער, אריינגערעכנט אין לעיקוואוד ערב שבת

מער ווי 129 טויזנט ניו דזשערסי יוטיליטי קאָסטומערס האָבן נאָכאַלץ נישט צוריקבאַקומען זייער לעקטער, נאָכפאָלגנדיג די מאַכטפולע שטורעם וואָס האָט פּאַסירט נעכטן.
צווישן די אַפעקטירטע געגנטער זענען דרייסיג טויזנט הייזער און ביזנעסער אין אָושען קאַונטי, אַריינגערעכנט דרייצן הונדערט אין לעיקוואָוד, פופצן הונדערט אין דזשעקסאָן און פינף הונדערט אין מאַנטשעסטער.
פאַמיליעס וואָס האָבן נאָכנישט קיין לעקטער זענען אָנגעוויזן געוואָרן צו מאַכן אַנדערע פּלעצער פאַר שבת, וויבאַלד די יוטיליטי אויטאָריטעטן קענען נישט זאָגן דערווייל צי די לעקטער גייט זיין צוריקגעשטעלט בעפאָר שבת.