בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' וישלח פ״ז

טראמפ האט אפגעהאלטן א געשפרעך מיט'ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, און דערנאך געווארענט אז ער איז גרייט צו אטאקירן איראן'ס פיקעקס בארג

טראמפ זאגט אז אמעריקא פראבירט צו געבן א שאנס פאר איראן וועלכע איז פארבליבן אן קיין מיליטער, אבער אויב קומט מיליטערישע שריט גייט עס זיכער אריין נעמען די פיקעקס בארג.
די יעצטיגע קאמענטארן פונ'ם פרעזידענט זענען די לעצטע אין א קייט פון סטעיטמענטס איבער איראן די לעצטע פאר חדשים, צווישן זיי סטעיטמענטס וועלכע זענען אין שארפן קעגענזאץ איינס צום אנדערן, איבערלאזענדיג אן אומקלארקייט איבער זיינע ריכטיגע פלענער.