בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' וישלח פ״ז
אוסטראליע האט ארויף געשטעלט קאנטער-טעראריזעם סאנקציעס אויף צוויי מענטשען וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקעס אין נאמען פון איראן'ס רעוואלוציאנערע גווארדיע.
די צוויי געצילטע זענען זאָהעיר האַסיב און קאַזאַם חאַמאַד, וועלכע ווערן באשולדיגט אויף נוצן א קאמפליצירטע קייט פון פראקסיס דורכצופירן אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקעס אויף אידן אין לאנד.
די סאנקציעס אקעגן די צוויי פערזענליך קומט נאכדעם וואס אוסטראליע האט שוין פריער גענומען שריט אקעגן די איראנער רעזשים זעלבסט, דורך דערקלערן די גווארדיע אלץ טעראר שטיצער, און דורך ארויס ווארפן איראן'ס אמבאסאדאר פון לאנד.