בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' וישלח פ״ז
דאס קומט אין צייט וואס עס זענען פארהאן מער ווי 600 טויזנט מענטשען לענגאויס מערערע סטעיטס וועלכע האבן נישט קיין לעקטער אין רעזולטאט פון די שטורעם.
אין די טריי סטעיט זענען א צאל ביימער אומגעפאלן אין רעזולטאט פון די שטורעם, צווישן דעם א גרויסע בוים וואס איז געפאלן אויף א הויז אין די סאוט אזאון פארק געגענט אין קווינס.
אין טייל געגענטער ביים דזשורסי שאור הערשט ווייטער א געפאר פון פרישע פארפלייצונגן, נאכפאלגענדיג פארפלייצונגן נעכטן דאנערשטיג וועלכע האבן געהאלטן אקטיוו רעטונג לייט ארויס צו שלעפן געשטראנדעטע מאטאריסטן.
די שטורעם זעצט יעצט ווייטער פאר צו אפעקטירן אנדערע סטעיטס, צווישן דעם ערטער אין די ווייטע דרום וואו עס טוט אראפ ברענגן א נאסע שניי, און ערטער אין צפון ניו אינגלאנד וואו עס ברענגט אראפ געפרוירענע רעגן.
די פריערדיגע רונדעס פון די שטורעם האט אויך אראפ געברענגט שניי, איבערהויפט אין מזרח מיסיסיפי, וואו עס איז געפאלן שניי אזוי הויעך ווי 15 אינטשעס.