בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' וישלח פ״ז

מאמדאני גענוצט אפיציעל-אפגעשפארטע פאליציי סטראטעגישע ריספאנס יוניט ביי אנטי-מדנ"י ברוקלין פראטעסט

קוועלער זאגן אז ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני האט געשקט די ספעציעלע "סטראטעגישע ריספאנס גרופע" פאליציי אפיצירן צו בארואיגן די אנטי מדינת ישראל פראטעסט אין ברוקלין מיטוואך ביינאכט.
אפיציעל האט מאמדאני געמאלדן אפאר טעג צוריק אז ער וועט אפשפארן די יוניט, וועלכע איז געגרינדעט געווארן צו רעאגירן צו קאנטער טעראריזם אינצידענטן און מאסן פראטעסטן, צוליב וואס עס זענען שוין געווען מערערע סקאנדאלן דערוועגן.
יעצט ווערט אויפגעדעקט אז מאמדאני האט זיך באנוצט מיט די ריספאנס יוניט, טראץ וואס אין פובליק האט ער געמאלדן אז עס איז שוין אפגעשפארט.