בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' וישלח פ״ז

ווייסע הויז ארבעט אויף פאטענציעלע זיצונג צווישן מדינת ישראל פיגור אייזענקאט און פרעזידענט טראמפ

די ווייסע הויז ארבעט צו אראנדזשירן א זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און דעם מדינת ישראל אפאזיציע פירער גדי אייזענקאט וועלכער האלט יעצט אינמיטן פרובירן צוזאמצושטעלן א נייע ארטיגע רעגירונג קאאליציע.
לויט קוועלער וועט אזא זיצונג געשען נאר נאכדעם וואס אייזענקאט וועט באווייזן אהערצושטעלן א רעגירונג קאאליציע, וואס דערווייל איז נאכנישט קלאר צי ער האט די מעגליכקייט דאס צו דערגרייכן.
די ערווארטונג פון א זיצונג צווישן טראמפ און אייזענקאט איז אז זיי וועלן רעדן וועגן באציאונגען צווישן אמעריקע אן מדינת ישראל, און צו קאארדינירן וועגן איראן.