בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' וישלח פ״ז
טשיינע האט ארויס געשטעלט א ווארענונג אז די לאנד רעזערווירט זיך די רעכט צו נעמען קאנטער-מיטלן נאכדעם וואס וואשינגטאן האט פארגעשלאגן פרישע טאריפס אויף כינעזער פראדוקטן.
די ווארענונג פון בעדזשינג טוט הייבן די מעגליכקייט פאר א באנייטע ריס צווישן די צוויי גרעסטע עקאנאמיעס, טראץ פארזיכן די לעצטע שטיק צייט צו סטאביליזירן באציאונגן צווישן די צוויי זייטן.
וואשינגטאן האט פריער אין וואך געלאזט הערן פלענער פאר פרישע טאריפס אויף א צאל לענדער, אריין גערעכענט 20 פראצענט טאריפס אויף טשיינע.
אמעריקאנער האנדל באאמטע זאגן אז די פארשלאג איז אין ליניע מיט די ביז יעצטיגע דיסקוסיעס צווישן די צוויי זייטן, און נעמט אריין אויסנאמען אויף ארום 30 ביליאן דאלאר ווערד פראדוקטן.