בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' וישלח פ״ז

אן אומלעגאלער אימיגראנט פון על סאלוואדאר, וועלכע האט געוואונען א מיליאן דאלאר לאטארי אין מאסעטשוסעטס, שטייט אויס דעפארטאציע דורך אייס

אן אומלעגאלער אימיגראנט פון על סאלוואדאר, וועלכע האט געוואונען א מיליאן דאלאר לאטארי אין מאסעטשוסעטס, שטייט אויס דעפארטאציע, נאכ'ן ארעסטירט ווערן דורך אימיגראציע אגענטן עטליכע טעג נאכדעם וואס זיין בילד איז ארויס.
וועלעסקועז מארעלעס איז געווארן פאטאגראפירט ביים קומען אפנעמען זיין געוואונס ביי די מאסעטשוסעטס סטעיט לאטארי, און עטליכע טעג דערויף האט ער זיך געטראפן אינטער ארעסט דורך 'אייס' אגענטן.
'אייס' באאמטע זאגן אז מארעלעס געפונט זיך אין אמעריקא אומלעגאל פאר מער ווי 10 יאר, און ווי עס שיינט איז זיין מזל אויסגעלאפן, און יעצט גייען זיי ארבייטן אים צו דעפארטירן.