בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' וישלח פ״ז
אכמעד מאנסור האט געהאט דורכגעפירט רעקארדירונגן אויף סאלדאטן, און האט זיך געגרייט אויף פלענער פאר צוויי באזונדערע אטאקעס.
איינס פון זיינע פלענער איז געווען אומצוברענגן אן אפיציר פון זיין שטעטל וועם ער האט געקענט פערזענליך, און דערנאך אוועק רויבן יענעמס וואפן.
זיינע פלענער זענען געגאנגן אזוי ווייט ווי נאכפאלגן יענעמס טעגליכע רוטין, אבער עווענטועל האט ער אויפגעגעבן אויף יענעם פלאן, וויבאלד ער האט נישט געקענט אויפקומען אויף א וועג צו קענען נאכדעם אנטלויפן, דעריבער האט ער אנגעפאנגן ארבייטן אויף אנדערע פלענער.