בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' וישלח פ״ז
די בריטישע רעגירוג האט אויסגעברייטערט אירע צוגרייטונגן פאר מעגליכע מלחמה, אין צייט פון פארמערטע זארג איבער א דירעקטע מיליטערישע קאנפראנטאציע צווישן רוסלאנד מיט נאטא.
צווישן אנדערע האט ענגלאנד צום ערשטן מאל זייט די קאלטע קריג ארויס געשיקט בריוון פאר ארום 100 טויזנט מיליטערישע רעזערוויסטן, זיי צו גרייטן צום מעגליכקייט אז זיי וועלן ווערן אריין גערופן אין פאל פון א נאציאנאלא אמערדזשענסי.
אין די בריוון ווערן רעזערוויסן געלאדענט צו קומען וואלאנטירן פאר מיליטערישע טרענירונג און מושטירונגן, אריין גערעכענט אין גרעסערע נאטא-אנגעפירטע מושטירונגן.
בריטישע דיפענס באאמטע זאגן, אז דאס איז נישט אן אנדייטונג איבער א באלדיגע מאביליזירונג, נאר עס איז געצילט בלויז אנצוגרייטן דאס לאנד צו זיין גרייט אין פאל פון א קריזיס.