בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וישלח פ״ז

וויצע פרעזידענט ווענס ווערט קריטיקירט פאר'ן אויפנעמען אנטי-מדינת ישראל עי-איי ביזנעסמאן אין ווייסן הויז

וויצע פּרעזידענט דזשעי די ווענס האָט אויפגענומען אינעם ווייסן הויז א טעכנאָלאָגיע ביזנעסמאַן וועלכער איז באַקאַנט מיט זיין שאַרפע העצע קעגן מדינת ישראל.
די רעדע איז פון אמדזשאד מאסאד, וועלכער שטאַמט פון ירדן און האָט אַמעריקאַנער בירגערשאַפט, און ערא איז דער גרינדער און סי-אי-אָו פון די "רעפּליט" עי-איי טעכנאָלאָגיע קאָמפּאַני.
גרופּעס האָבן קריטיקירט וויצע פּרעזידענט ווענס פאַר'ן געבן אַן אויפנאַמע פאַר מאסאד, וועלכער האָט צווישן אַנדערן באַשולדיגט אַז מדינת ישראל הרג'עט פּאַלעסטינער בירגער סתם פאַר שוואוילטאָג.