בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וישלח פ״ז

די אמעריקאנער מיליטער האט אנגעפאנגן די פראצעדור פון אויפרייסן 5 טאן אומסטאביליע באמבע כעמיקאלן ביי די 'אייאווא ארמי אמונישאן פלענט'

די קאנטראווערסיאלע פלאן, וואס איז געווארן אינטערגענומען צוליב זארג אז די 'לעד עזיי' מאטריאל קען איין טאג אויפרייסן פון זיך אליינס, איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון עננווייראמענטאליסטן און אנדערע, צוליב זארג איבער לעד שטויב וואס קען זיך אנזאמלן.
לויט ווי די מיליטער זאגט קען שטויב פון די מאטריאל זיך אויסשפרייטן ביז 186 מייל ארום די פלענט, אבער די מיליטער האט געטון דאס מערסטע מעגליך עס צו פארמיידן, דורך אוועק שטעלן פאום צוימן און אנדערע מאטריאל איינצוזאפן די שטויב אין זיך.
די מיליטער האט אויך געבעטן פון איינוואינער אין די געגענט אז זיי זאלן עוואקואירן זייערע הייזער פון פאראויס, און וועט ארויס שטעלן א מעלדונג ווען עס איז זיכער זיך צוריק צו קערן.
באזונדער גייט די 'אי-פי-עי' מאניטערן די לופט שטאפלן אין די געגענט אויף ווי לאנג עס וועט זיך אויספעלן, כדי צו מעסטן אויב די לופט האט לעד אדער אנדערע מאטריאל אין זיך.