בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וישלח פ״ז
די ניו יארק סיטי פאליציי דיפארטמענט האט פארעפענטליכט בילדער פון 6 מענטשען, אין פארבינדונג מיט א פרישע פאל פון מענטשען וואס זענען געזען געווארן ארויס קריכן פון אן אינטערערדישע מענהאל.
די פרישע פאל האט פאסירט פאריגע וואך מיטוואך 5:00 פארטאגס, ווען מען האט באמערקט 5 מענטשען ארויס קריכן פון א מענהאל נעבן סעקאנד עוועניו און איסט 17'ט סטריט אין מאנהעטן.
די 5 זענען אריין אין א רויטע סעדען וואס איז געפירט געווארן דורך א זעקסטער פארשוין, און זיי זענען אלע אנטרינען געווארן פונ'ם סצענע.
די פאליציי האט פארעפענטליכט בילדער פון זיי, מיט האפענונג אז עס וועט פירן צו זייערע שפירן אז מען זאל זיי קענען ארעסטירן.