בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' וישלח פ״ז

ענגלאנד איז ארויס מיט א ווארענונג פאר קאמפאניס וועלכע שטעלן צו הילף פאר די אוקראינער מיליטער, אז זיי קענען ווערן א ציל פאר רוסישע סאבאטאזש

די בריטישע דיפענס מיניסטעריום צוזאמען מיט די 'עם-איי-5' שפיאנאזש אגענטור, האבן אין אן אומגעווענטליכן שריט ארויס געשטעלט א רוף פאר קאמפאניס אז זיי זאלן נעמען שריט צו פארבעסערן זייער זיכערהייט כדי צו זיין באשיצט פון רוסלאנד.
זיי זאגן אז אין די לעצטע חדשים האט מען געזען א פארמערטע פרואוו דורך רוסלאנד דורכצופירן סאבאטאזש אקטן אקעגן אייראפעאישע דיפענס קאמפאניס אד"ג, דעריבער זאלן קאמפאניס זיין מער פארזיכטיג ווי געווענטליך, סיי פיזיש און סיי אנליין.