בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' וישלח פ״ז
א באריכט ערשינען געט אן, אז עס קומען פאר אינערליכע דעבאטעס אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע, אויב מען זאל דורכפירן געצילטע אטענטאטן אויף איראנער פירער, כדי אפצורוימען די עקסטרעמע פיגורן פון די רעזשים.
לויט די באריכט זענען פארהאן א צאל מענטשען אין די אדמיניסטראציע וועלכע האלטן אז אזעלכ עאקציעס קענען ברענגן אן ענדע צום מלחמה, אין צייט וואס אנדערע זענען באזארגט אז עס וועט העכערן די געפאר אויף אמעריקאנער באאמטע ווילכע קענען אויסשטיין נקמה דורך טעהראן.
ווי די באריכט געט אן איז די געדאנק נישט קיין נייע, אבער יעצט איז עס צוריק אויפ'ן טיש, מיט העפטיגע דיסקוסיעס ועלכע קומען פאר ארום דעם.