בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' וישלח פ״ז
דער מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו האָט אָנגעהויבן לייגן דרוק פאַר נאָך א מיליטערישע אַטאַקע קעגן איראַן, טראָץ אָפּאָזיציע פון אייגענע הויכראַנגיקע מיליטערישע פירער.
די מיליטער האַלט אַז איראַן איז נישט קיין עכטע ערנסטע באַלדיגע געפאַר פאַר מדינת ישראל, און אַז מען זאָל וואַרטן מיט אַן אַטאַקע אויף איראַן ווען די אומשטענדן זענען בעסער און מער רייף דערפאַר.
עטליכע אַמעריקאַנער באַאַמטע באַשולדיגן אַז נתניהו וויל יעצט אונטערנעמען אַן אַטאַקע אויף איראַן, צוליב וואָס ער ליידט פּאָליטישע שוועריגקייטן נאָך די אָרטיגע וואַלן, אָבער נתניהו וואַרפט אָפּ די באַשולדיגונגען.