בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וישלח פ״ז
אַמעריקאַנער אויטאָריטעטן פאָרשן אויס די מעגליכקייט אַז איראַן איז פאַרמישט אין א סעריע סייבער אַטאַקעס וואָס האָבן געצילט פופציג קאָמערשל שיפן וואָס טראַנספּאָרטירן וויכטיגע כעמיקאַלן.
העקערס האָבן געצילט קאָמפּיוטער סיסטעמס אויף די שיפן וואָס פירן אויל, גאַז און כעמיקאַלן, און עטליכע פון די שיפן האָבן באַזונדער באַקומען באָמבע סטראַשונקעס.
די העקערס ווערן פאַרדעכטיגט אין אויסנוצן א סעקיוריטי שוואַכקייט אין די ראוטערס וואָס די שיפּינג אינדוסטריע נוצט, און די אַמעריקאַנער קאָוסט גאַרד האָט געשיקט סייבער סעקיוריטי אָפיצירן אונטערצוזוכן די אַפעקטירטע שיפן.