בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' וישלח פ״ז

שטארקע שטורעם קען ברענגן שלאקס רעגן און ווינטן אין די טריי סטעיט דאנערשטאג און דאנערשטאג נאכט

וועטער באאמטע האלטן א נאנטע אויג אויף א שטארקע שטורעם סיסטעם וואס האט די פאטענציאל צו ברענגן א שלאקס רעגן וואס קען ברענגן פארפלייצונגען, באגלייט מיט שטארקע ווינטן פון 50 צו 60 מייל פער שעה.
די שטורעם קען אנקומען אין די טריי סטעיט ראיאן דאנערשטאג צווישן די שפעטע צופרי שעה'ן און די מיטעלע נאכמיטאג שעה'ן, און קען אנהאלטן מיט א שטארקייט אין לויף פון דאנערשטאג נאכט, און וועט זיך צוביסלעך ארויסרוקן פון געגנט דורכאויס פרייטאג.
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט שוין ארויסגעלייגט א קאוסטל פלאד וואטש פאר די גאנצע מזרח ברעג פון ניו דזשערזי, און אזוי אויך א היי ווינט וואטש פאר געוויסע געגענטער אין ניו דזשערזי נאנט צום קאוסט, און ס'איז ערווארטעט אז די וואטשעס וועלן מארגן אויסגעברייטערט ווערן צו נאך געגענטער אין די טריי סטעיט ראיאן.