בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וישלח פ״ז
לויט ווי עס ווערט באריכטעט האט ווענס גענומען א פערזענליכע ראלע וויבאלד ער פארמאגט לאנג-יעריגע באציאונגן מיט די טעק אינדוסטרי. קוועלער נאנט צו ווענס זאגן, אז ער מיט די פרעזידענט האבן ערהאלטן א בריפינג איבער די נאציאנאלא זיכערהייט עלעמענטן ארום הואן, און האבן נישט געזען קיין שום באווייז אז ער זאל האבן געווען פארמישט אין אקטיוויטעטן שעדליך פאר אמעריקא.
טראמפ זעלבסט האט באשטעטיגט זיין ראלע דערין, דערציילענדיג אז ער האט גערעדט דירעקט צו די באורד פון די קאמפאני, און ער האט געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע זאך, נאכ'ן רעדן מיט אטוירני דזשענערל טאד בלענטש, וועלכע האט אים געאגט אז עס איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אז הואן האט געבראכן דעם געזעץ.
מערערע דעמאקראטן און טייל ריפובליקאנער זענען נישט גרייט אנצונעמען טראמפ'ס ווערטער, צווישן זיי סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער, וועלכע זאגט אז טראמפ האט געשטעלט זיינע אייגענע פינאנציעלע אינטערסן פארענט פון די לאנד'ס. שומער זאגט אז דעמאקראטן גייען נוצן זייער פולע מאכט אויסצופארשן יעדע מעגליכע פארלעצונג דורך טראמפ, הואן, און אנדערע נווידיע עקזעקאטיוון.