בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וישלח פ״ז
'פעדעקס' מיט 'יו-פי-עס' האבן ביידע געמאלדן הויכע טשארדזשעס וואס זיי גייען רעכענען פאר 'אָווערסייזד' פעקלעך וועלכע ווערן ארויס געשיקט דורכאויס די פארנומענע חאגע שאפינג סעזאן.
'יו-פי-עס' גייט ארויף לייגן א סורטשארדזש פון 117 דאלאר מיט 50 צענט פאר אזעלכע פעקלעך וועלכע ווערן געשיקט פון נאוועמבער 22 ביז דיצעמבער 26 למס', און פעדעקס גייט ארויף לייגן א סורטשארדזש פון 117 דאלאר מיט 25 צענט אויף 'אווערסייזד' פעקלעך געשיקט פון נאוועבמער 23 ביז דיצעמבער 27 למס'.
די סיזענעל אפצאל קומט אין צוגאב צו געווענטליכע אווערסייד טשארדזשעס, וועלכע קענען צומאל זיין מער ווי 300 דאלאר, וואס יענץ איז אויסער די געווענליכע שיפּינג קאסטן.