בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וישלח פ״ז
א פרישע שאצונג פארעפענטליכט לויטעט אז מער ווי 700 טויזנט רוסישע סאלדאטן זענען אומגעקומען אויפ'ן שלאכטפעלד אין אוקראינא, אינטערשטרייכענדיג די שווערע פארלוסטן וואס פרעזידענט פוטין איז גרייט אנצונעמען כדי צו עררייכן זיינע מלחמה צילן.
די שאצונג, וואס איז פיל העכער ווי ביז יעצטיגע שאצונגן, איז געווארן ארויס געשטעלט דורך צוויי פארטריבענע רוסישע פובליקאציעס, וועלכע האבן אנאליזירט א הויפן פרישע דאטא וואס פרא-אוקראינער העקערס האבן גערויבט פון רוסלאנד'ס סטעיט סטאטיסטיקס סערוויסעס.
אין אלגעמיין טוט די קרעמלין זיך צוריק האלטן פון ארויס געבן דעטאלן פון פארלוסטן אויפ'ן שלאכטפעלד, איבערלאזענדיג מערערע רוסן אין די טונקל איבער די ווארהייט וואס קומט דארט פאר.