בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' וישלח פ״ז

קאר ליפערונגן פון טשיינע האבן נאכאמאל אנגעפאנגן גרייכן די מדינת ישראל מיטללענדישער פארטן דורך די סועץ קאנאל

דאס קומט נאנט צו דריי יאר נאכדעם וואס האוטי אטאקעס אויף די רויטע ים האבן געצווינגן א מערהייט שיפינג קאמפאניס צו נעמען א לענגערע ראוט ארום אפריקא. צווישן אנדערע זענען אנגעקומען צוויי גרויסע ליפערונגן מיט כינעזער קארס ביים אשדוד פארט, און נאך זענען ערווארטעט אין די קומענדיגע חדשים.
פאר קאמפאניס וועלכע טוען אויסמיידן דעם סועץ קאנאל און נעמען די לענגערע וועג ארום אפריקא, נעמט עס מיט 20 טעג מער בלויז אויפ'ן ים, און מיט אלעס אין חשבון לייגט עס צו 45 ביז 65 טעג לענגער פאר יעדע ליפערונג, וויבאלד עס טוט צומאל אריין רעכענען צייט אפצולאדענען סחורה ביי אייראפעאישע פארטן אינמיטן וועג.
קוקענדיג אויף וויפיל געלט די סועץ ראוט שפארט, טוט עס שניידן ארום 1,200 דאלאר א קאנטעינער, וואס קומט אויס צו ארום 350 דאלאר פּער קאר.
די דירעקטע שיפינג אריבער דעם סועץ איז אבער נאך אלץ נישט ווי אמאל, וויבאלד די מדינת ישראל שיפינג קאמפאני 'זים' קען נישט פירן שיפן אויף דעם ראוט רעגיסטרירט אינטער איר נאמען.