בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וישלח פ״ז
פרעזידענט זעלענסקי האט פארעפענטליכט רעקארדירונגן פון די דראון אטאקע וואס האט געזינקן די שיף, און פון נאך א דראון אטאקע אויף א רוסישע קארגא שיף נעבן ליביע, וואס איז אנגעבליך גענוצט געווארן צו טראנספארטן וואפן.
לויט ווי אוקראינא'ס 'עס-בי-יו' זיכערהייט אגענטור געט איבער, זענען די דראונס געווארן ארויס געשאסן פון א מוטער שיף אין די ראיאן.
מזרח ליביע ווערט היינט צו טאגס קאנטראלירט דורך דעם מיליטערישן קאמאנדיר חאליפא האפטער, וועמענס מיליטער האט פארבינדונגן מיט רוסלאנד.
די נעווי שיף וואס אוקראינא האט געצילט האט זיך אפגעשטעלט עטליכע טעג צוריק אין ליביע צו נעמען נאך ברענשטאף און סופליי, כדי צו קענען ווייטער גיין באגלייטן רוסישע קארגא שיפן וועלכע פירן מיליטערישע סופליי קיין רוסלאנד.