בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וישלח פ״ז
דאס איז א שטויענענדע טויש פון צוויי וואכן צוריק ווען ער האט רעזיגנירט צוליב אויפדעקונגן אז ער איז געווען פארבינדן מיט איינעם וועלכע האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א כינעזער שפיאן.
פאריגע וואך האבן אלע פירער ביי 'נווידיע' געזאגט אז די געדאנק אים צוריק צו נעמען איז גענצליך אראפ פון טיש, אבער יעצט האט די באורד אוו דירעקטערס גשטימט פאראייניגטערהייט אים צוריק צו נעמען. די באשלוס פון 'נווידיע' קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן, אז ער האפט אז מען גייט אים צוריק נעמען, וויבאלד עס וועט זיין א גוטע זאך סיי פאר די קאמפאני און סיי פאר אמעריקא.
'נווידיע' זאגט אז די באשלוס אים צוריק צו נעמען איז געמאכט געווארן נאכ'ן רעדן מיט הויעך ראנגיקע באאמטע פון די אמעריקאנער רעגירונג, זיכער צו מאכן אז עס ברענגט נישט א נאציאנאלא זיכערהייט ריזיקע. די אומגעראכטענע אנטוויקלונג האט געפירט צו דעם אז שעירס פון 'נווידיע' זאל ארויף שיסן מיט 30 פראצענט אדער מער, הייבענדיג די גאנצע סטאק מארקעט, אריין גערעכענט די נעסדעק וואס איז ארויף מיט 6 פראצענט.