בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וישלח פ״ז

איראנער רעזשים רייצט זיך מיט טראמפ דורך ארויסשטעלן בילדער פון אונטערערדישע "מיסיל שטאט"

איראן האט ארויסגעשטעלט בילדער פון א מאסיווע אונטערערדישע מיסיל שטאט וואס אנטהאלט א נייע סארט מיסיל ארויסשיסער וואס קען שיסן צוויי מיסילס אויפאמאל.
די איראנער רעזשים האט פובליצירט בילדער וואס צייגן וויאזוי רעוואלוציאנערע גווארדיע קאמאנדירן גייען ארום אין די טונעלן וואס זענען איבערגעפולט מיט מיסילס און אנדערע מיליטערישע געצייג.
די בילדער און רעקארדירונגען זענען אויסגעטייטשט געווארן ווי א דירעקטע רייץ קעגן פרעזידענט טראמפ, צו צייגן אז איראן האט צוריקגעבויט אירע מיסיל ארסענאלן און אונטערערדישע פארגעשריטענע איינריכטונגען.